בס"ד פרשת וארא מאוצרוﬨ אמוניםם מא פערל ווערטער איבער אמן און תפילה אין די פרשה פע לעולם יקדים אדם תפילה לצרה "וְ גַ ם ֲאנִ י ָשׁ ַמ ְע ִתּי ֶאת נַ ֲא ַקת ְבּנֵ י יִ ְשׂ ָר ֵאל ֲא ֶשׁר ִמ ְצ ַריִ ם ַמ ֲע ִב ִדים א ָֹתם" )ו ה( טייטש רבי דוד שלמה אייבשיץ דער 'לבושי שרד': ווען עס טרעפט אן איינעם א צרה און ער שרייט און דאוונט צום אויבערשטן מיט א צובראכן הארץ אז ער זאל אים ארויסנעמען פון זיין צרה ,דארף ער איבער בעטן דעם אויבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געדאוונט בעפאר די צרה האט אים אנגעטראפן. און דאס האט די תורה דא מרמז געווען :די "נַ ֲא ַקת ְבּנֵ י יִ ְשׂ ָר ֵאל" "א ֶשׁר ִמ ְצ ַריִ ם ַמ ֲע ִב ִדים א ָֹתם" – אויף דעם איז אויך געוועןֲ : וואס די מצרים האבן זיי געטוהן 'מעבידים' ,ד.מ :.אז זיי האבן צוגעברענגט די אידן צו די 'עבודה שבלב' ,און פון זיך אליין זענען זיי נישט נתעורר געווארן אין די יארן ווען זיי זענען געזיצן דארטן בשלום ובשלווה ,בעפאר עס האט זיך אנגעהויבן די שעבוד מצרים. 'ערבי נחל' עבד ה' וועט אים נישט קענען ראטעווען פון זיין צרה נאר אויב ער וועט אסאך דאווענען ,איז דאך זיכער אז מיר דארפן וויסן אז ווען עס פאסירט חלילה א צרה ,דארפן מיר פארמערן מיט תפילה און תחנונים אסאך מער פון וואס מיר זענען געוואוינט, ביז מיר וועלן זוכה זיין און פון הימל וועט מען אויף אונז רחמנות האבן. 'טעם ודעת' פרעה האט מורא געהאט פון די אידנ'ס תפילה "רק ַה ְר ֵחק א ַת ְר ִחיקוּ ָל ֶלכֶ ת ַה ְע ִתּירוּ ַבּ ֲע ִדי" )ח כד( ַ בדרך מליצה האט געטייטש רבי שלמה קלוגער :פרעה האט געציטערט אפשר ווען די אידן וועלן זיין אין מדבר וועלן זיי נתעורר ווערן צו דאווענען צו השי"ת אז ער זאל זיי אויף אייביג אויסלייזן ,דעריבער האט ער זיי געבעהטן"ַ :רק ַה ְר ֵחק א ַת ְר ִחיקוּ ָל ֶלכֶ ת" – בעהט'ס נישט קיין גרויסע זאכן ,נאר אדרבה, "ה ְע ִתּירוּ ַבּ ֲע ִדי" דאוונטס פאר מיר אז איך זאל ווייטער קענען ַ פירן מיין קעניגרייך מיט פרידן נאך אסאך יארן. 'אמרי שפר' די הארץ פון פרעה איז געווארן 'כבד' "כָּ ֵבד ֵלב ַפּ ְרעֹה ֵמ ֵאן ְל ַשׁ ַלּח ָה ָעם" )ז יד( "'כָּ ֵבד ֵלב ַפּ ְרעֹה' – ער רעגט זיך ,אזוי ווי די 'כבד' ]די לעבער[ רעגט זיך ,אזוי איז זיין הארץ געווארן א 'כבד'" )שמו"ר ט ח(. כדי צו ערקלערן די ווערטער פון מדרש ברענגט דער משגיח רבי משה וואלפסאן שליט"א א וואונדערליכער יסוד וואס ער האט געהערט פון דעם 'דברי יואל' פון סאטמאר אלץ א הסבר אויף די נוסח וואס מיר זאגן ביי נשמת" :כי כל פה לך יודה ,וכל לשון לך תשבע ...וכל הלבבות ייראוך". לכאורה ,האט זיך געוואונדערט דער סאטמארער רבי ,וויאזוי קענען מיר זאגן מיט א פולן מויל "וכל הלבבות ייראוך" ,מיר זעהן דאך מיט אונזערע אויגן און די הערצער צוגיין ווען אסאך אידן האבן ליידער נאכנישט זוכה געווען צו איינערקענען אין דעם אויבערשטנ'ס מלוכה? נאר ערקלערט ער אזוי :דער מענטש דארף וויסן אז דער ציל פון באשאפן זיין קערפער און זיינע גלידער איז אז דורך דעם זאל ער קענען דינען דעם באשעפער ,און דעריבער ,א הארץ וואס האט נישט מורא פון דעם אויבערשטן איז נישט גערעכנט ווי א 'הארץ' ,און א 'מויל' וואס לויבט נישט דעם אויבערשטן ווערט נישט אנגערופן א 'מויל'. און אויף דעם יסוד האט דער מדרש געזאגט :ווייל פרעה האט נישט געהאט קיין יראת שמים אין זיין הארץ ,האט עס נישט געקענט אנגערופן ווערן א 'הארץ' ,נאר ער האט עס איבערגעדרייט אויף 'לעבער' על שם זיין אויפפירונג. 'אמונת עתיך' -אסתר ,עמ' קעא "בצרה קראת ואחלצך" "ה ְע ִתּירוּ ֶאל ה' וְ יָ ֵסר ַה ְצ ַפ ְר ְדּ ִעים" )ח ד( ַ "כל לשון 'עתר' הרבות פלל הוא" )רש"י( א טיפע מוסר-געדאנק האט פון דא ארויסגעלערנט רבי משה שטערנבוך שליט"א :אויב פרעה דער רשע און דער אפיקורוס האט פארשטאנען אז אויך משה רבינו דער די תכלית פון די מכות – צו פארשטארקן די אמונה ֹאמר ה' ֶאל מ ֶֹשׁה נְ ֵטה ֶאת יָ ְדַ על ַה ָשּׁ ַמיִ ם וִ ִיהי ָב ָרד "וַ יּ ֶ ְבּכָ ל ֶא ֶרץ ִמ ְצ ָריִ ם" )ט כב( די ראשי תיבות פוןֶ " :אל מֹ ֶשׁה נְ ֵטה" ,איז אמן .פון דא קענען מיר זיך לערנען אז די אמת'דיגע ציל פון די מכות איז געווען כדי אז דורך דעם זאל געשטארקט ווערן די אמונה אין די הערצער פון די אידן ,אזוי ווי עס שטייט ביי די ענדע פון די ניסים )שמות יד לא(" :ויאמינו בה' במשה עבדו". 'נפלאות מתורתך' ערך אמן ענטפערן אמן ברענגט צו ידיעת ה' "ל ַמ ַען ֵתּ ַדע כִּ י ֵאין כַּ ה' ֱאקֵינוּ" )ח ו( ְ "כִּ י ֵאין" – איז בגימטריה 'אמן' ,צו לערנען פון דעם אז מקפיד זיין אויף ענטפערן אמן מיט כוונה ווי עס דארף צו זיין ,ברענגט צו דעם מענטש צו ידיעת ה' און צו יראת שמים. 'בצל יהודה' וואס מיר בעהטן פון די צדיקים וואס זענען אין עולם האמת בדרך דרש האט געטייטש דער צדיק רבי שלמה פון ראדאמסק: בעפאר די צדיקים ווערן נסתלק פון די וועלט ,בעהט מיר פון זיי"ַ :רק ַה ְר ֵחק א ַת ְר ִחיקוּ ָל ֶלכֶ ת" – ענק זאלן זיך נישט דערווייטערן ווען ענק זענען אין די ישיבה של מעלה ,צו אזא פלאץ וואו דארט וועלן ענק פארגעסן פון דעם עולם השפל און פון די מענטשן וואס ווארטן אזוי שטארק נאך א ישועה ,נאר "ה ְע ִתּירוּ ַבּ ֲע ִדי" – אויך זייענדיג אין די ענק זאלן פארזעצן צו ַ עולמות העליונים אזוי ווי ענק האבן געדאוונט אויף אונז ווען ענק האבן געלעבט אויף דעם וועלט. 'תפארת שלמה' אין מתפללים על רוב טובה אתי ֶאת ָה ִעיר ֶא ְפרֹשׂ ֶאת כַּ ַפּי ֶאל ה'" )ט כט( "כְּ ֵצ ִ פארוואס פונקט ביי די מכה האט משה געדארפט דאווענען מיט 'פרישת כפים' וואס ד.מ .אויסשפרייטן די הענט? אין מסכת תענית )יט א ,ע"פ תוספות ב"מ כח ב ד"ה אבן( ווערט ערקלערט אז אויך ווען די מענטשן ווערן געשעדיגט דורך די שטארקע רעגנ'ס וואס קומען אראפ ,זאל מען נישט דאווענען אז עס זאל זיך אויפהערן ,ווייל מיר האבן דעם כלל" :אין מתפללים על רוב טובה" ,וואס דאס מיינט אז מ'דאוונט נישט עס זאל זיך אויפהערן די סאך גוט'ס. לויט דעם קענען מיר פארשטיין :כאטש וואס די ברד איז געווען ווי א שטראף פאר די מצרים ,פון דעסוועגן האט עס אויך געהאט אין זיך א געוויסע טובה ,ווייל זייער ערד איז געווען טרוקן און יעצט איז עס אנגעטרינגקען געווארן מיט די רעגן .וועגן דעם האט משה רבינו נישט געוואלט דאווענען מיט זיין מויל אז עס זאל זיך אויפהערן די רעגן ,נאר ער האט אויפגעהויבן די הענט. 'פרדס יוסף' אין הארץ האט פרעה ווייטער געלייקנט אין השי"ת אתי ֶאת ָה ִעיר ֶא ְפרֹשׂ ֶאת כַּ ַפּי ֶאל ה' ...וְ ַא ָתּה וַ ֲע ָב ֶדי יָ ַד ְע ִתּי כִּ י "כְּ ֵצ ִ ֶט ֶרם ִתּ ְיראוּן ִמ ְפּנֵ י ה' ֱאקִים" )ט כט-ל( די טעם פארוואס האט משה רבינו געדארפט ארויסגיין פון שטאט -ערקלערט רש"י -ווייל די שטאט איז פול געווען מיט עבודה זרה'ס וואלט זיין תפילה דארט נישט אנגענומען געווארן .אבער אויף דעם איז שווער :ביז יעצט האט ער דען נישט געדאוונט? וויאזוי זענען אנגענומען געווארן זיינע תפילות ביי די פריערדיגע מכות כאטש ער איז נישט ארויס פון שטאט? ערקלערט רבי שלמה קלוגער: ריכטיג טאקע ,אויך בעפאר מכת ברד האט משה רבינו געדארפט ארויסגיין פון שטאט יעדעס מעל ווען ער האט געוואלט דאווענען ,אבער יעצט האט פרעה גע'טענה'עט אז ער דארף שוין נישט ארויסגיין ,ווייל עס איז א קלארע הלכה אז א עבודה זרה וואס א גוי האט מבטל געווען – איז בטל )ע"ז נב ב( ,און ווייל נאך די מכה פון ברד האט פרעה זיך אועק געשטעלט און אנגענומען אויף זיך דעם אויבערשטנ'ס מלוכה, אתי ַה ָפּ ַעם ,ה' ַה ַצּ ִדּיק וַ ֲאנִ י וְ ַע ִמּי "ח ָט ִ ווען ער האט אויסגערופןָ : ָה ְר ָשׁ ִעים" )לעיל פס' כז( ,האט ער דאך מיט דעם מבטל געווען די אלע געטשקעס פון מצרים און די פלאץ איז געווארן ראוי צו קענען דאווענען דארט. אבער משה רבינו האט אפגעשטויסן זיין טענה און האט אים געזאגט" :יָ ַד ְע ִתּי כִּ י ֶט ֶרם ִתּ ְיראוּן ִמ ְפּנֵ י ה' ֱאקִים" – ווייל אין טיפן הארץ גלייבן ענק נאך אין די כח פון ענקערע עבודה זרה'ס ,און וואס ענק האבן אויסגערופן איז נאר געווען אויסערליך מיטן מויל ,דעריבער וועל איך יעצט אויך ארויסגיין פון שטאט כדי צו קענען דאווענען צו השי"ת. 'אמרי שפר' קומען פריה אין שוהל די עיקר פון די מעלה פון ענטפערן אמן איז דווקא ווען ער ברענגט אויף זיך א חיוב פון ענטפערן אמן, אויף דעם איז דא די הבטחה אין דעם פסוק 'פותחין לו שערי גן עדן' ,דווקא פאר דעם 'שומר כדי צו אמונים' ,ד.מ .א מענטש וואס ווארט און וויל ווערן מחוייב צו ענטפערן אמן .און אויף פון דעם פסוק דעם דרש'נט מען אין 'תנא דבי אליהו' " :בִּ ְפר ַֹע ְפּ ָרעוֹת בְּ יִ ְשׂ ָר ֵאל בְּ ִה ְתנַ ֵדּב ָעם בָּ ֲרכוּ ה'" ,אז דער אויבישטער שטראפט די גוים אין די זכות פון די אידן וואס מיט זייער ווילן קומען זיי ענטפערן פריה אין שוהל כדי צו ענטפערן אמן און דורך דעם ברענגען זיי ישועות פאר כלל ישראל. אום שב"ק ר"ח שבט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי משה יחיאל אפשטיין זצ"ל פון אוז'רוב .אין זיינע חשובע ספרים האט ער אסאך געשריבן איבער די שבח פון די מצוה פון ענטפערן אמן ,און אזוי שרייבט ער אין זיין ספר 'באר משה' )נ"ך ,שופטים פ"ה( אין די שבח פון די וואס קומען פריה אין שוהל כדי צו קענען ענטפערן אמן: )ישעיה כו ב( )רבה פ"י( אמן )שופטים ה ב( 'באר משה' על נ"ך ,שופטים פ"ה בני אמונים .אויך איך זאג די ברכות השחר מיט א חברותא. )שבת קיט ב וברש"י שם( ﬦ תענה אמוניﬦ תע א בבליק לויטן סדר פון דאווענען נשמת כל חי תברך )ג( אין לנו מלך עוזר וסומך אלא אתה דער אלטער פון נובהארדוק פלעגט זאגן :אויב וואלט דער מענטש זיך אינגאנצן פארלאזט אויפן באשעפער ,ווען ער גלייבט באמונה שלימה אז אויסער דעם אויבישטער קען אים קיינער נישט העלפן ,אין א בחי' פון "שברו על ה' אלוקיו" ,וואלט ער זיכער געהאלפן געווארן ,אבער אסאך ווערן נכשל אין דעם מיינענעדיג אז 'בטחון' איז נאך א וועג פון 'השתדלות' און צוליב דעם האלט זיף אפ זייער ישועה. משל למה הדבר דומה ,צו א ארימאן וואס האט געהערט אז אין דייטשלאנד וואוינט דער גרויסער גביר 'ראטשילד' ,און האט באשלאסן צו פארן ספעציעל צו אים כדי צו בעהטן פון אים זיין הילף .נאך עטליכע חדשים איז דער מענטש צוריק פון זיין שווערע רייזע ווען זיין פנים שיינט פון גליק ,זיין וואגן איז אנגעפילט מיט טייערע סחורות און האלט אין האנט א גרויסע סומע געלט וואס ער האט באקומען פון דעם גביר .זיין חבר האט דאס צוגעזעהן, האט ער באשלאסן צו פראבירן זיין מזל ,אבער אנדערשט פון זיין חבר ,האט באשלאסן אויסנוצן דעם לאנגן וועג אריינגיין אין די דערפער אין די געגנט ארום און דארטן אויך צוזאמען נעמען געלט. ווען דער מענטש איז אנגעקומען צו דעם פאלאץ פון דעם גביר און אים געבעהטן ער זאל אים העלפן ,איז ער אריבערראשט געווארן ווען דער גביר האט אים אפגע'פטר'ט מיט א קליינע נתינה ,וואס דאס האט אים צוגעברענגט ער זאל ווערן פארביטערט און האט זיך אפגערעדט' :פארוואס בין איך אנדערשט פון מיין חבר?' די ענטפער פון דעם גביר האט אים איבערגעלאזט געפלעפט' :א געוואלדיגע צווישנשייד איז דא צווישן ענק ביידע ,זיין חבר האט זיך אנגעשטרענגט און איז געגאנגען די גאנצע שווערע וועג נאר כדי אנצוקומען צו מיר ,ווען ער איז אנגעקומען אהער איז ער געווען אינגאנצן פארמאטערט ,כמעט ביים חלש'ן ,און ווען ער האט געבעהטן מיין הילף האב איך געפיהלט אז עס איז נישט פארהאן נאך איינער וואס קען אים העלפן אויסער מיר ,אבער דו האסט דאך צוזאם גענומען נדבות אויפן גאנצן וועג ,דו ביזסט געקוען צו מיר און נאך מיר וועסטו ווייטער אויך גיין ...וועל איך דיר געבן א קליינע נדבה פונקט ווי אלע... אויך אונז ,אויב מיר וועלן אמת'דיג פילן "כי לך לבד בטחנו ...ומבלעדיך אין לנו מלך גואל ומושיע" ,וועט דער אויבישטער אונז העלפן פון זיין ברייטע האנט וואס איז אפן פאר יעדן, אבער אויב מיר נעמען צוזאם 'פון דא און דארט' און צו דעם ווענדט מיר זיך אויך צו אים, וועלן מיר באקומען פון אים 'פונקט ווי פון אלע' )הגש"פ 'מעשה רב' עמ' .(287 על כן איברים שפילגת בנו אסאך פרעגן אויף וואס מיר זאגן ביי 'נשמת' ,ווען אין אנהויב זאגן מיר" :ואילו פינו... ולשוננו ...ושפתותינו ...אין אנחנו מספיקים להודות" ,און נאכדעם זאגן מיר" :על כן אברים שפילגת בנו ...הן הם יודו ויברכו" ,וואס איז לכאורה ווי א סתירה צו די פריערדיגע ווערטער. האט דער מעזריטשער מגיד עס ערקלערט מיט א משל צו א קעניג וואס האט באפוילן פאר איינעם פון זיינע איינפאכע קנעכט ער זאל אנגרייטן אויף מארגן א סעודה ביי אים אין שטוב פאר אים און פאר די חשובע שרים .ווען דער קנעכט האט געהערט די בקשה פונעם קעניג האט אים אנגעכאפט א ציטער און א טרייסל ,ווייל ער מיט זיינע באגריפן וועט נישט קענען צושטעלן אפילו אביסל פון דעם קעניג'ס ווילן; פון וואו זאל ער וויסן וואספארא עסן פאסט צו דערלאנגען ביי דעם קעניגליכן מאלצייט? אבער דער קעניג האט אים באלד בארוהיגט ווען ער האט אים געזאגט אז ער נעמט אויף זיך דעם עול פון צושטעלן די אלע געברויכן פון די סעודה ,און אויף אים ליגט נאר עס אנגרייטן ווי עס פאסט זיך. אזוי אויך לענינינו ,ווען מיר פילן אז דער מויל איז 'פינו' אונזער מויל ,און דער צונג איז 'לשוננו' אונזער'ס א.ד.ג .איז טאקע ריכטיג אז "אין אנו מספיקים להודות ...על אחת מאלף אלפי אלפים ורבי רבבות ...הטובות שעשית עם אבותינו ועמנו" ,אבער נאך וואס מיר האבן אויסגערופן אז "אברים שפילגת בנו ורוח ונשמה שנפחת באפנו" – אלע אונזערע גשמיות'דיגע כוחות ליגן אין השי"ת'ס הענט און זענען אונטערגעטעניגט אונטער אים צו טוהן זיין ווילן ,קענען מיר ווייטער זאגן" :הן הם יודו ויברכו ויפארו וירוממו) "...הגש"פ 'שלשלת הזהב' רוז'ין(. עד הנה עזרונו רחמיך די ארטיקלען פון 'נשמת' זענען מוקדש לטובת נשמת דעם טייערער איד ,עמוד התפילה, רבי חיים בן ציון מארמארשטיין זצ"ל ,וואס זיין ספעציעלע הקפדה צו זאגן ברכות השחר בחברותא איז געווען דער פונדאמענט פון די אויפטוה פון 'בני אמונים' וואס זיין זוהן הרב ר' יעקב דב שליט"א האט געגרינדעט ,און זיין ספעציעלע עבודת התפילה האט זיך באזונדער אנגעזעהן ביים זאגן 'נשמת כל חי' וואס ער האט עס געזאגט מיט א פלאם פייער, אין די בחינה פון 'כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך'. ת.נ.צ.ב.ה. מתים ומפענח נעלמים מחיה מת אין א טייל פון די נוסחאות אין די סידורים זענען אויך דא די שבחים" :מחיה מתים ...והמשיח אלמים... והמפענח נעלמים" .איבער דער מקור פון דעם נוסח ברענגט דער החיד"א און רבי ישראל יעקב אלגאזי די פאלגנדע געשיכטע ,וואס האט פאסירט אין די הייליגע שטאט ירושלים ארום פיר הונדערט יאר צוריק ,אין די תקופה וואס רבינו קלונימוס ,דער שווער פונעם מהרש"ל ,האט געדינט אלץ דער הויפט פון די ירושלים'ער רבנים: דאס צוריק קומען פון די אידן קיין ירושלים און זיך דארטן באזעצן האט זייער געשטערט פאר די מוסלעמענער איינוואוינער .זיי האבן נישט פארבירט צו באהאלטן זייער שטארקע שנאה וואס האט ארויסגעשפראצט פון זיי פון מאל צו מאל ווי פון א הייסע קעסל וואסער ,ווען עס פאסירן פאגראמען, צי עס זענען פארגעקומען פארשידענע רציחות און אויך פאלטשע בלבולים .מיט אזעלעכע און אנדערע סארט מיטלען האבן די רשעים געהאפט צו פאר'מיאוס'ן די ליבשאפט וואס ירושלים האט אין די אויגן פון די אידן און צוברענגען אז זיי זאלן וועלן צוריק גיין צו זייערע פריערדיגע לענדער ,אבער מיטן אויבערשטנ'ס הילף איז זיי עס נישט געלונגען. דאס האט פאסירט אין א שפעטע נאכט שטונדע ווען עס האט אויסגעבראכן א קריג צווישן א באנדע יונגע מוסלעמענער .א קריג וואס האט זיך געענדיגט מיטן רצח'ענען איינעם פון די יונגען ,א זוהן פון איינס פון די אנגעזענע פאמיליעס אין שטאט ,דורך זיין פריינד. די ווילדע יונגען האבן זיך שנעל צושפרייט צו אלע זייטן ווען זיי לאזן איבער זייער חבר זיך וואלגערן אין זיין בלוט ,אבער דער מערדער אליין וואס האט זייער געציטערט פון די נקמה פון די פאמיליע פון דעם גע'הרג'עטן ,האט זיך נישט געאיילט צו פארלאזן דאס פלאץ. אין זיין מח וואס האט געפיבערט האט זיך אנגעהויבן צו קאכן א רשעות'דיגן פלאן וואס האט אים געזאלט רייניגן פון די אחריות און אויך דערהייבן זיין שטעלע, און מיט דעם אויך נקמה נעמען פון די אידן. דער יונג האט שנעל צוריק גערופן די וואס זענען אנטלאפן און ווען זיינע אויגן ברענען פון שנאה האט ער זיי פארגעשטעלט זיין פלאן ,נישט בעפאר וואס ער האט זיי באשוואוירן צו באהאלטן דעם סוד אין זייער הארץ: "לאמיר אויפהויבן און טראגן דעם קערפער פון דעם גע'הרג'עטן צו די אידישע קווארטל ,און אים אראפלייגן אין די הויף פון שוהל ,און מיר וועלן מעלדן פאר די טערקישע פאליציי אז ער איז פארשווינדן געווארן .ווען מ'וועט טרעפן דעם קערפער פון דעם גע'הרג'עטן ,איז נארמאל אז די פארדאכט וועט באלד פאלן אויף די אידן און אזוי וועלן מיר אויף אייביג פטור ווערן פון זיי". אן עס זאל זיי עפעס קלאפן אין הארץ האבן די יונגטליכע זיך געאיילט צו טראגן דעם קערפער פון חבר צו די אידישע געגנט ,דארט האבן זיי אים אראפגעלייגט אין די הויף פון שוהל און זענען באלד אנטלאפן ,גראד צו די טערקישע פאליציי. ווען טרערן פון א קראקאדיל רינען פון זייערע אויגן האבן די יונגטליכע פארגעשטעלט פארן אפיציר, לויט וואו זיי האבן געקענט גוט פאנטאזירן ,וויאזוי זענען ארויס געגאנגען אויף א געווענליכע שפאציר אויף די וועג פון 'נחל קדרון' ,ווען זייער פארלוירענעם חבר שלעפט זיך נאך אונטער זיי .פלוצלינג האבן זיי געהערט א שטארקע געשריי ,און ווען זיי האבן זיך אויסגעדרייט אויף צוריק האבן זיי אנגעיאגט צו באמערקן צוויי געשטאלטן וואס כאפן אן זייער חבר מיט די הענט און פוס און אנטלויפן פון דארטן צו די ריכטונג פון דעם אידישן געגנט. זיי האבן פראבירט נאכיאגן האבן עס איז זיי נישט געלונגען ,און יעצט בעהטן זיי די הילף פון דעם אפיציר ער זאל זיי העלפן צו טרעפן זייער פארלוירענעם חבר ווייל ווער ווייסט וואס ווילן זיי טוהן מיט אים ,אויב עס וועט אונז נאך געלונגען אים צו ראטעווען. דער אפיציר וואס שוין א לאנגע צייט האט נישט פאסירט אזא ערענסטע פאסירונג אין זיין ארבעט'ס- צייט ,האט זיך זייער געפריידט אויף די געלעגנהייט וואס האט זיך יעצט געמאכט און האט זיך געאיילט צו שיקן א באנדע פאליציאנטן צו דעם אידישן געגנט ,ווען ער זאגט זיין אן אז זיי זאלן איבערקוקן יעדע הויז באזונדער און נישט איבערלאזן א שטיין אום גערירט ביז מ'וועט טרעפן דעם יונגן און די צוכאפער וועט מען איינשפארן. עס איז נישט אדורך קיין קורצע צייט און מ'האט אים שוין געמאלדן אז מ'האט געטראפן דעם גע'הרג'עטן אין די הויף פון שוהל. גאר פרייליך האט דער אפיציר זיך געאיילט צו גיין צו דעם הויז פון דעם טערקישן פחה ,א מענטש וואס איז קיינמאל נישט געשאנקען געווען מיט איבעריגע אהבת ישראל .דער האט שנעל אפגעמאכט ביי זיך וואס ער דארף טוהן ,און נאך בעפאר עס איז געווארן טאג האט מען שוין געשיקט א גרופע פאליציאנטן איינשפארן די אידישע ראשי הקהילה. אין א פריה פארמיטאג שטונדע האט זיך ווי פייער אין א דערנער פעלד צושפרייט צווישן די קליינע אידישע קהילה די קלאנג אויף די בלוט-בלבול .די ציטער וואס האט אלעמען אנגעכאפט איז געווארן מער שטערקער ווען דער פחה האט געשיקט אויסרופן ,אז אויב ביז אכט און פערציג שעות וועט מען נישט איבערגעבן די מערדער אין זיינע הענט, וועט מען אלע אידן פון ירושלים פארטרייבן ביזן דעם לעצטן פון זיי ,און זיי וועלן קיינמאל נישט קענען צוריק קומען. די דעלעגאציע פון שתדלנים וואס מ'האט מיט איילעניש געשיקט צום פאלאץ פון דעם פחה האבן פראבירט צו רעדן צו זיין הארץ ,אבער זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין א פארשטאפטן וואנט .די שארפע רייד פון דעם פחה האט זיי קלאר געמאכט אז עס איז א שאד צו פראבירן אים איבערצורעדן" :אויב ענק וועלן איבערגעבן די מערדער וועלן ענק ווייטער קענען דא לעבן רוהיג ,אבער אויב נישט ,וועט קיינער פון ענק נישט בלייבן אין די גרעניצן פון ירושלים!". זייענדיג פארקלעמט זענען די אידן אריבער צו דעם הויז פון זייער גרויסן רבי'ן רבינו קלונימוס וואס איז דעמאלטס געווען איינגעשפארט אין זיין צימער ,ווען ער לערנט פלייסיג ,אן צו וויסן פון דעם טומל וואס הערשט אינדרויסן .ווען דער רב האט געהערט די ערציילונג איז ער מיטאמאל ערנסט געווארן און ער האט פארמאכט זיינע ספרים ,ער האט אנגעטוהן זיין הוט און זיך געאיילט ארויסגיין פון שטוב. זיינע באגלייטער האבן קוים געקענט דערגרייכן דעם רב וואס איז זייער שנעל געגאנגען .זיין יאגענישט איז געווען אין זייערע אויגן וואו א פארהוילענע זאך, איבערהויפט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואו אהין ער גייט. וואו גרויס איז געווען זייער איבערראשונג ווען עטליכע מינוט נאכדעם זענען זיי שוין געשטאנען ביים אריינגאנג פונעם פאלאץ פון דער פחה .אן קיין ציטער און מורא האט דער רב געקלאפט אויף די שיינע טיר ,און א וועכטער האט עס געעפנט .דער וועכטער האט געפרעגט וואס איז זייער ווילן ,און דער רב האט געענטפערט אז ער האט עפעס צו רעדן מיט דעם פחה און ער וויל זיך טרעפן מיט אים. אלץ כבוד פון דעם רב האט דער פחה אנגענומען זיין בקשה און אים איינגעלאדנט אריין צוקומען. דער פחה וואס איז געזיצן אויף זיין בענקל ווען פונקען פון צארן שפריצן פון זיינע אויגן ,האט געפרעגט "וואס האסטו צוזאגן?". "איך בעהט אז דער פחה זאל שוין באפעלן צו באפרייען די וואס זענען איינגעשפארט ,און אויך מבטל זיין די גזירה .דאס איז א פאלטשער בלבול, און עס פאסט נישט אז דער פחה זאל באשולדיגן תמימות'דיגע מענטשן ווען מ'פארלאזט זיך אויף פאלטשע עדות" – האט דער רב געענטפערט אן קיין ציטער. אויף איין מינוט איז דער פחה שטיל געווען .האט ער זיך נישט געראכטן אויף אזא ענטפער ,אבער רבי קלונימוס האט נישט געלאזט אסאך צייט טראכטן" :דו דארפסט אוועק שטעלן ספעציעלע ריכטער וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די געשעהניש, אן זיך צו רעכענען מיט קיינעם ,איך בין זיכער אז די גערעכטיקייט פון מיינע ברודער וועט זייער שנעל ארויף קומען קלאר פאר אלעמען" – האט דער רב געענדיגט זיינע ווערטער מיט זיין דרייסטן שטימע. "וויאזוי וועסטו עס קענען אויפווייזן?" – האט דער פחה זיך געוואונדערט ,און דער רב האט געענטפערט" :די זארג לאז איבער אויף מיר ,אבער פריער באפעל אז די ריכטער זאלן זיך צוזאמזעצן". ביז א קורצע צייט האבן זיך צוזאם גענומען דריי ריכטער פון דעם מוסלעמענישן געריכט הויז אין די הויז פון דער פחה .אבער דער רב האט זיך נישט באגענוגט מיט דעם" :איך בעהט אז דו זאלסט באפעלן מ'זאל דא ברענגען דעם טויטן קערפער, און אויך זיינע חברים און זיין פאמיליע" – האט ער געזאגט מיט זיין שטארקן שטימע. אויך די געבעהט האט דער פחה אנגענומען .די קערפער פון דעם גע'הרג'עטן איז אהין געברענגט געווארן ,ווען נאכדעם קומען אריין זיינע חברים און די פאמיליע פון דעם גע'הרג'עטן. דער רב האט געבעהטן פון די אנוועזנדע זיי זאלן אביסל צו ווארטן ,ער איז צוגעגאנגען צו די ווינקל פון צימער און האט אנגעהויבן צו מייחד זיין זיינע געהויבענע יחודים .נאך עטליכע מינוטן האט זיך דער רב אויפגעכאפט פון זיין דביקות ,ער האט ארויסגענומען זיין פעדער ,און האט אויפגעשריבן אויף א שטיקל קלף איינס פון די שמות הקדושים, עס געלייגט אויף די שטערן פון דעם טויטן און האט אים באפוילן" :שטיי אויף פון דיין בעט און זאג אקעגן אלעמען :ווער האט דיך גע'הרג'עט?" צו אלעמענ'ס וואונדער האט זיך דער טויטער פלוצלינג אויפגעזעצט אויף זיין בעט ,און האט געוויזן מיט זיין פינגער אויף איינעם פון די יוגנטליכע און האט קורצערהייט געשילדערט וויאזוי ער האט אים גע'רצח'עט ,און באלד נאכדעם איז צוריק אראפגעפאלן טויט אויף זיין בעט. אין די מינוט האבן א גרופע פאליציאנטן ארום גערינגלט דעם רוצח ,און מ'האט אים אפגעפירט צו די פאליציי סטאנציע ,דארט האט ער זיך זייער שנעל מודה געווען אין די מארד און מ'האט אים גע'אורטיילט צו טויט. פון דעמאלטס און ווייטער האבן די חכמי ירושלים מתקן געווען ביי די תפילה פון נשמת מ'זאל יח חוֹליםַ ...ה ֵמּ ִשׂ ַ רוֹפא ִ "מ ַחיֵּ ה ֵמ ִתים ,וְ ֵ דערמאנעןְ : ִא ְלּ ִמים ,וְ ַה ְמ ַפ ֲענֵ ַח נֶ ֱע ָל ִמים" ,לזכר צו דעם נס וואס דער אויבישטער האט לעבעדיג געמאכט דעם טויטן, און געעפענט זיין מויל און מיט דעם האט קלאר געמאכט די פארהוילעניש פון זיין מערדער. הגש"פ 'שמחת הרגל'; 'שלמי חגיגה' )מהד' סאלוניקי עמ' רד( "בני אמונים" ת.ד 102 .בני ברק | פקס | 08-9746102 .מייל | 9139191@gmail.com .ניתן לקבל עלון זה במייל מידי שבוע shayעיצובים ביי די המשך פון 'נשמת' דאנקען מיר און מיר בעהטן" :עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ,ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח" .א הערליכער פשט אויף דעם האט געזאגט דער ווילנער גאון אין זיין פירוש אויף משלי )כה טו(: אויב דיין הילף פאר אונזערע אבות וואלט געווען צוליב זייערע גוטע מעשים און ערליכע הנהגות ,וואלט מיר געדארפט ציטערן ,ווייל מיר זענען נישט צוגעקומען צו זייערע דערהויבענע מדריגות און ווער ווייסט צי אונזערע עבירות וועלן נישט שטערן פאר אונז אינמיטן וועג .אבער ווייל דיין הילף פאר זיי איז געקומען נאר צוליב 'רחמיך' ,און אויך וואס דו האסט זיי נישט פארלאזט נאר איז געווען צוליב 'חסדיך' ,דעריבער זענען מיר פארזיכערט אז אויך מיר וועלן זוכה זיין צו דעם און דו וועסט אננעמען אונזער געבעהט" :ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח". דער יסוד דארף מוטיגן און דערפרייען די צובראכענע הערצער ,וואס די געדאנקען פון יאוש פרובירן זיי אינגאנצן צוצוברעכן ווען זיי מיינען אז צוליב זייער נידריגן רוחניות'דיגן מצב זענען זיי נישט ראוי צו חסדים פון השי"ת ,אזוי ווי דער חסיד וואס איז געקומען צו הרה"ק רבי נח פון לעכאוויטש און האט געוויינט אינגאנצן מיואש'דיג אז ער פילט אז ער האט נישט קיין זכותים ,און וויאזוי קען ער האפן צום אויבערשטנ'ס רחמנות? דער רבי האט אים אנגעקוקט מיט זיין ליבליכע בליק און האט אים געענטפערט ווען א שמייכל איז אויף זיינע ליפן" :און ביז יעצט ביזסטו יא ווערד געווען דערצו? פון ווען דו ביזסט אראפגעקומען אויף דעם וועלט האסטו זוכה געווען צו א מתנת חינם ,וואס השי"ת מיט זיין מדת הרחמים וואס האט נישט קיין גרעניץ קען דיר שטענדיג משפיע זיין פון זיין גוט'ס ,אויך אין דיין נידריגן מצב. אמוניﬦ ﬦ מעשה ני מע א וועכנטליכע ערציילונג אאויף אמן און תפילה
© Copyright 2024