גדר פילטער - geder.org

‫פילטער לעוועלס‬
‫דער “דיפאלט פילטער” איז אויסגעשטעלט אלס “ביזנעס‬
‫לעוועל” וואס אנטהאלט אין זיך דעם גאנצן “גדר ווייט‪-‬ליסט” און‬
‫אויסעדרדעם זענען אפען די פאלגענדע קאטאגעריעס‪ ,‬וואס ווערן‬
‫אין אלגעמיין באניצט לצורך פרנסה‪:‬‬
‫‬
‫•פינאנציעל‬
‫‬
‫•ריעל עסטעיט‬
‫‬
‫•ביזנעס‬
‫‬
‫•לעגאל‬
‫‬
‫•גאווערמענט‬
‫‬
‫•שיפפינג‬
‫אלע אנדערע קאטעגאריעס‬
‫ספארטס‪ ,‬טעכנעלאגיע‪ ,‬געזונטהייט‪ ,‬שאפינג) אפילו דאס וואס איז נישט‬
‫דירעקט קיין איסורים‪ ,‬זענען לכתחלה פארמאכט (היות דאס זענען נישט‬
‫(ווי‪ :‬אינטערטעינמענט‪ ,‬געימס‪ ,‬נייעס‪,‬‬
‫קיין זאכן וואס מען “מוז” געווענליך האבן צוטריט דערצו “אויפ’ן טעלעפאון” לצורך‬
‫פרנסה)‪.‬‬
‫סיי וועלכע ווידיאו סייטס אדער סייטס פון בילדער‪ ,‬סאשעל‬
‫נעטווארקינג און טשעטינג עפפס‪ ,‬איז פארמאכט “ביי דיפאלט”‪,‬‬
‫משום הרחק מן הכיעור‪.‬‬
‫אזוי אויך סייטס פון אומבאקאנטע שפראכן וואס די פילטער‬
‫פארשטייט נישט און קען נישט פילטערן‪ ,‬איז אויך פארמאכט‪.‬‬
‫אויב האלט איר‪ ,‬אז איר ‘מוזט’ יא האבן צוטריט לצורך פרנסה‬
‫(אויפ’ן טעלאפאן) צו געוויסע פארשפארטע סייטס‪/‬קאטעגאריעס;‬
‫איז פארהאן א ליסטע פון קאטעגאריעס און סייטס וואס די‬
‫אפיס איינגעשטעלטע קענען אייך באלד צולייגן ווען איר פארלאנגט‬
‫עס‪ ,‬ווי למשל‪:‬‬
‫‬
‫•שאפינג (אויב איז עס נישט קיין קליידער אדער דזשולערי סייטס‬
‫וכדו’ פון זאכן וואס קענען ערהאלטן מער אומאיידעלע בילדער)‬
‫‬
‫•טעכנאלאגישע סייטס פאר קאמפיוטער טעקנישענס‬
‫‬
‫•טרעוול סייטס פאר די וואס דארפן דאס לצורך פרנסה‬
‫די דערמאנטע זאכן קענט איר בעטן אין אפיס צו עפענען‪.‬‬
‫דאס זעלבע אויב איר דארפט האבן ווידיא קליפס וואס איר באקומט‬
‫דורך אייער אימעיל אקאונט‪ ,‬קענט איר עס בעטן אין אפיס און‬
‫מען וועט עס איייך עפענען‪ .‬אויך איז דא א ליסטע פון איינצעלענע‬
‫אידישע אויסגעהאלטענע נייעס סייטס וואס מען קען בעטן אין‬
‫אפיס צו עפענען‪ ,‬אדער אנדערע פארשידענע אידישע סייטס‬
‫(צב”ש קול הלשון‪ ,‬ובלכתך בדרך וכדו’) וואס דער אפיס קען עפענען‪.‬‬
‫(אפילו אויב האט איר דאס נישט פארלאנגט ביים אינסטאלירן דעם‬
‫פילטער‪ ,‬קענט איר דאס סיי ווען פארלאנגען פונעם אפיס)‪.‬‬
‫אויב ברויכט איר צוטריט צו מער פון די פריערדערמאנטע‬
‫פון וואס דער אפיס קען אייך עפענען;‬
‫איז אלעמאל בעסער פאראויס צו פארבינדן מיט’ן “ועד”‬
‫דירעקט‪ ,‬אויסצוארבעטן די בעסטע וועג וואס זאל זיין אויסגעהאלטן‪,‬‬
‫און דער “גדר אפיס” וועט נאכדעם ארבייטן לויט די אנווייזונגען‬
‫פונעם “ועד”‪.‬‬
‫איר קענט אויך איבערלאזן אייער אינפארמאציע אויף‬
‫א ספעציעלער קארטל אינעם גדר אפיס‪ ,‬אדער דורכן לאזן א‬
‫מעסעדזש אויף ‪ 774-2100 #8‬און איינער פון די ועד וועט זיך‬
‫פארבינדן מיט אייך איבערצושמועסן אייער אייגנארטיגער געברויך‪,‬‬
‫און דער “גדר אפיס” וועט נאכדעם ארבעטן אייך צופרידנצושטעלן‬
‫אויפ’ן בעסטן אופן וואס מעגליך‪.‬‬
‫בלאק פעידזש‪:‬‬
‫ •אויב איר פרובירט אנצוקומען צו א געוויסע סייט וואס איז‬
‫בלאקירט אונטער אלע לעוועלס פונעם “גדר פילטער”‪,‬‬
‫וועט ארויפקומען א “בלאק פעידזש”‪ ,‬וואס וועט מעלדן אז‬
‫דער סייט איז טאטאל בלאקירט‪.‬‬
‫ •• אויב דארפט איר צוטריט צו אזא סארט סייט‪ ,‬איז דא א‬
‫קנעפל אויפ’ן פעידזש וואס ווען איר קליקט דערויף‪ ,‬שיקט‬
‫דאס א פארלאנג צו גדר אז איר ווילט האבן צוטריט צו דעם‬
‫סייט‪ .‬און עס וועט ווערן געעפנט אויף אפאר טאג‪.‬‬
‫ •אויב דארפט איר אז דאס זאל בלייבן שטענדיג אפן‪ ,‬דארפט‬
‫איהר מאכן א ‘טשעק’ אז איר דארפט עס פערמענאנט‪,‬‬
‫דער אפיס וועט איבערקוקן אייער פארלאנג און טוען‬
‫לויט די אנווייזונגען פונעם ועד‪ .‬באלד נאכדעם וואס איר‬
‫שיקט אריין אייער פארלאנג‪ ,‬וועט איר באקומען אן‬
‫אויטאמאטישע אימעיל אז אייער פארלאנג איז אנגעקומען‬
‫אינעם סיסטעם‪ .‬אזוי אויך וועט איר שפעטער באקומען‬
‫אן אימעיל מיט א באשלוס‪( .‬אין ארבעט שעה’ן קענט איר‬
‫האבן אן ענטפער ביז א האלבע שעה)‬
‫קאוטש פעידזש‪:‬‬
‫ •ווידעראום פאר אזעלכע וועלכע זוכן צו אנקומען צו‬
‫“גרעי‪-‬עריעס”‪ ,‬ד‪.‬ה‪ .‬צו א סייט אדער פעידזש וואס איז יא‬
‫אויסגעהאלטן‪ ,‬נאר עס איז פשוט נישט אפן אונטער אייער‬
‫אנגעשטעלטע קאטעגאריע‪ ,‬אין אזא פאל ביים פרובירן‬
‫אנצוקומען צו דעם סייט וועט דער פילטער ארויפברענגען‬
‫א “קאוטש פעידזש”‪ ,‬וואס וועט מעלדן אז דער סייט‬
‫איז געבלאקט אונטער אייער קאטעגאריע‪ ,‬און אויב איר‬
‫דארפט צייטווייליגע צוטריט צו דעם סייט קענט איר תיכף‬
‫אנקומען דערצו דורך א קנעפל אויפ’ן פעידזש‪.‬‬
‫ •אויב ווילט איר אז דער סייט זאל ווערן פערמענאנט‬
‫געעפנט‪ ,‬דארפט איר מאכן א ‘טשעק’ אז איהר דארפט‬
‫עס פערמענאנט וועט שיקן אייער פארלאנג צום אפיס‬
‫פון גדר‪ ,‬און איר וועט ערהאלטן גענצליכע צוטריט צו דעם‬
‫סייט‪.‬‬
‫• געדענקט •‬
‫עס זענען דא סייטס וואס איז נישט געעפענט אינעם‬
‫אלגעמיינעם פילטער‪ .‬אבער אויב איר דארפט עס האבן‬
‫לצורך פרנסה‪ ,‬וועט דאס דער אפיס עפענען פאר אייך‪,‬‬
‫אבער מ’דארף דאס קלאר בעטן ביים ארויפלייגן דעם‬
‫פילטער‪ .‬אזוי אויך‪ ,‬ווען אימער איר ווילט דאס צולייגן צו‬
‫אייער אפענע ליסטע‪ ,‬קענט איר אריינרופן אין אפיס‬
‫אדער שיקן אן אימעיל און עס וועט ווערן געעפנט‪.‬‬
‫אכטונג מאכט זיכער צו ליינען גאר וויכטיגע אנווייזונגען‬
‫אין דעם ‘פילטער אינפארמאציע און טעכנישע’‬
‫בראשור איידער איר באניצט זיך מיט’ן פילטער‬
‫גדר פילטער‬
‫קאטעגאריעס‬
‫פילטערינג פיטשערס‬
‫לעוועלס‬
‫“גדר” פילטער‬
‫לייוו פילטערינג‬
‫דער “גדר פילטער” איז געבויעט אויף; קאטעגאריעס‪ ,‬סוב‪-‬‬
‫קאטעגאריעס‪ ,‬קאמביינט‪-‬קאטעגעריעס‪ .‬ד‪.‬ה‪ .‬יעדע סייט ווערט‬
‫אנאליזירט און צעטיילט אויף עטליכע קאטעגאריעס‪.‬‬
‫דער “גדר פילטער” ארבעט נישט נאר ווי די געווענליכע גוי’אישע‬
‫פילטערס‪ ,‬אז יעדער סייט ווערט בלויז איינמאל קאטעגארירט פון‬
‫פאראויס‪ ,‬און לויט די פאראויס באשטימטע קאטעגאריעס ווערט עס‬
‫געפילטערט‪ ,‬נאר דער “גדר פילטער” ארבעט בעיקר “לייוו”‪.‬‬
‫‬
‫•נייעס קאטעגאריע‪ :‬אפילו אויב די אלגעמיינע “נייעס‬
‫קאטעגאריע” ווערט בלאקירט דורכ’ן גדר פילטער‪ ,‬איז‬
‫אבער פאראן א סוב‪-‬‬
‫פאר‬
‫קאטעגאריע‬
‫“וועטער נייעס”‪ ,‬וואס‬
‫ערלויבט‬
‫יא‬
‫ווערט‬
‫אפילו ס’פאלט אונטער‬
‫דארף‬
‫עס‬
‫נייעס‪.‬‬
‫אנגעמערקט‬
‫אבער‬
‫ווערן‪ ,‬אז נאר אזעלכע‬
‫וואס‬
‫וועטער‪-‬סייטס‬
‫זענען פארצייכנט אלס‬
‫לכה”פ ‪ 70%‬וועטער‪-‬‬
‫ווערן‬
‫אינפארמאציע‬
‫געעפנט‪.‬‬
‫ד‪.‬ה‪ .‬אז אין די רגע וואס דער באנוצער וויל “לאודען” סיי וועלכע‬
‫פעידזש‪ ,‬טוט דער פילטער דורכזיפן דעם סייט און צעטיילט די חלקים‬
‫פונעם סייט וואס זענען יא ערלויבט און די פראצענטן וואס זענען נישט‬
‫אויסגעהאלטן‪ .‬נאכדעם וועט דער פילטער נעמען די חלקים וואס זענען‬
‫יא אונטער אן ערלויבטע קאטעגאריע‪ ,‬צום ביישפיל “ביזנעס” וכדו’‪ ,‬און‬
‫דאס זעלבסט טוט דאס נאכאמאל אדורכזיפן דעם אינהאלט‪ ,‬צו מאכן‬
‫זיכער אז נאר אויסגעהאלטע מאטריאל ווערט אדורכגעלאזט‪.‬‬
‫‬
‫•טרעוול קאטעגאריע‪ :‬עס איז פאראן‬
‫אסאך אויסגעהאלטענע סייטס‪ ,‬ווי למשל‬
‫פון עירליינס אדער אנדערע טרעוול‬
‫געברויכן וואס שטעלן צו אויף זייער סייט‬
‫אויך “סאושל‪-‬נעטווארקינג” און “בלאג”‬
‫פעידזשעס‪ .‬טראץ דעם וואס די סייטס וועלן‬
‫זיין אפן וועט דאס אבער נישט ערלויבן צו גיין‬
‫צו די אנדערע אפטיילונגען וואס זענען נישט‬
‫געמאכט פאר ערליכע אידן‪.‬‬
‫‬
‫•שאפינג קאטעגאריע‪ :‬צ‪.‬ב‪.‬ש‪ .‬אז איינער עפנט “עמעזאן” ווייל‬
‫ער דארף עס לצורך פרנסה‪ ,‬וועט דער “עמעזאן” סייט זעלבסט‬
‫ווערן געפילטערט אז נאר איידעלע און אויסגעהאלטענע זאכן‬
‫זאלן קענען ווערן “דיספלעיד”‪ ,‬צו קענען אנקומען נאר צו די‬
‫פלעצער וואס ער דארף לצורך פרנסה‪ ,‬און נישט צו אומנויטיגע‬
‫זאכן‪.‬‬
‫אריינפיר‬
‫פאלגנד טוען מיר אייך פארשטעלן די פארשידענע‬
‫סערוויסעס און פילטערינג אפציעס וואס “גדר”‬
‫שטעלט צו‪ ,‬באגלייט מיט וויכטיגע אינפארמאציע וואס‬
‫קען אייך צוניץ קומען‪ ,‬איידער איר פאסט א באשלוס‬
‫איבער וועלכע פון די סערוויסעס און אפציעס עס איז‬
‫די בעסטע צוגעפאסט פאר אייער געברויך‪.‬‬
‫צום‪-‬ביישפיל‪:‬‬
‫אזוי אויך וועט איר דא טרעפן די פארשידענע‬
‫“פילטערינג לעוועלס” צו פארשטיין אייערע אפציעס‬
‫איידער איר מאכט דעם באשלוס איבער וואס איז די‬
‫בעסטע צוגעפאסט פאר אייך‪ ,‬לויט אייער פרנסה‬
‫געברויך און אנדערע פרעפרענצן‪.‬‬
‫איידער איר גייט דורך די ווייטערדיגע אינפארמאציע‬
‫ווי אזוי דער פילטער ארבעט‪ ,‬איז כדאי צו דערמאנען‪,‬‬
‫אז נאך אלעם איז אייער “מאביל דעווייס”‪ ,‬נאר א‬
‫טעלעפאן‪ ,‬וואס ווערט באניצט אין שטוב אדער ברבים‪,‬‬
‫במילא דארף מען זיין זייער פארזיכטיג דערויף מיט‬
‫יעדע איינציגע סייט וואס ווערט געעפענט‪ ,‬צוליב די‬
‫געוואלדיגע אחריות דערפון‪ ,‬און איר האט אלץ די‬
‫מעגליכקייט זיך צו באניצן מיט אן אפיס קאמפיוטער‬
‫פאר סיי וועלכע געברויכן‪.‬‬
‫האלט פאר אייערע אויגן‪“ :‬גדר” איז דא ‘אייך’ צו‬
‫העלפן‪ ,‬סיי מיט שמירה פאר זיך און פאר די קינדער‪,‬‬
‫און אין די זעלבע צייט צו טאן וואס מעגליך אז איר‬
‫זאלט קענען אנקומען צו אלע ערליי סייטס וואס איר‬
‫דארפט צוקומען לצורך פרנסה‪ ,‬שנעל און גרינג‪ .‬נעמט‬
‫אין אכט אז די איינגעשטעלטע אינעם “גדר אפיס”‬
‫זענען נישט באפולמעכטיגט צו טוישן די פאליסיס און‬
‫הוראות איבער וואס זאל ווערן ערלויבט און וואס נישט‪,‬‬
‫זיי זענען באגרעניצט איבער וואס זיי קענען עפענען‪.‬‬
‫אויב דארפט איר מער הילף פון דאס וואס‬
‫די אפיס‪-‬איינגעשטעלטע קענען צושטעלן‪ ,‬איז‬
‫ראטזאם אויסצופילן א קארטל אין אפיס מיט אייער‬
‫אינפארמאציע‪ ,‬אדער קענט איר אריינרופן אין אפיס‬
‫‪ 774-2100 #8‬און איבערלאזן א מעסעדזש און א‬
‫מיטגליד פונעם ‘ועד האישור’ וועט זיך פארבינדן מיט‬
‫אייך איבערצוגיין אייער ספעציעלע פארלאנג‪ .‬אויב וועט‬
‫פעסטגעשטעלט ווערן אז אייער פארלאנג איז ערלויבט‬
‫און קען ערפילט ווערן‪ ,‬וועלן מיר עס אייך צושטעלן‬
‫בחפץ לב צו אייער פולשטענדיגע צופרידנהייט‪.‬‬
‫(אויב ווילט איר זעהן אונטער וועלכע קאטעגאריע סייטס ווערן‬
‫אריינגעשטעלט דורך ‘גדר’‪ ,‬גייט צו ‪ analyzer.geder.org‬לייגט אריין דעם‬
‫וועב‪-‬סייט וואס איר ווילט קוקן און איר וועט באקומען די רעזולטאטן)‬
‫דריי זאכן וואס דער “לייוו פילטער” זיפט דורך‪:‬‬
‫‪1 .1‬קאנטענט – אינהאלט פילטערינג‪ :‬היות דער אינהאלט אין‬
‫אלגעמיינע סייטס טוישן זיך כסדר‪ ,‬טוט דאס כסדר (לייוו פילטערינג)‬
‫דורכזיפן די “קאנטענט” פונעם סייט און לויט דעם ווערן די סייטס‬
‫קאטעגארירט בשעת’ן דאונלאודן‪ .‬אין אנדערע ווערטער‪ ,‬אויב א‬
‫סייט איז געווען אפן זונטאג‪ ,‬איז נאך אלס פאראן א מעגליכקייט‬
‫אז דער זעלבער סייט זאל זיין פארשפארט מאנטאג דערויף‪ ,‬אין‬
‫פאל דער אינהאלט האט זיך געטוישט אין די לעצטע ‪ 24‬שעה‪ ,‬צו‬
‫אומאויסגעהאלטענע קאנטענט‪.‬‬
‫עס איז כדאי אנצומערקן‪ ,‬אז אט דער “פיטשער” קאסט‬
‫אפ באזונדער יעדן חודש‪ ,‬וויבאלד יעדע סייט וואס איר עפנט‪,‬‬
‫ווערט בשעת מעשה געפילטערט דורך ‘גדר’‪.‬‬
‫‪2 .2‬אימעדזש פעינטינג‪ :‬דער “גדר פילטער” פארמאגט די גאר‬
‫סאפיסיטיקירטע טעכנאלאגיע פון בלאקירן סיי וועלכע בילדער פון‬
‫מענטשן‪ .‬דער פילטער פונקציאנירט אויף א דריי‪-‬פאכיגן פארנעם‪,‬‬
‫וואס יעדע פון די דריי קאטעגאריעס טוט אויף אן אנדערן אופן‬
‫אויפכאפן אומאיידעלע בילדער‪ ,‬און דארט ווי עס איז שייך וועט‬
‫דער פילטער טוישן דעם קאליר פונעם בילד‪ ,‬פארדעקן דעם בילד‬
‫אדער אוועקנעמען די פנימ’ער פונעם בילד‪ .‬די דריי אימעדזש‬
‫פעינטינג קאטעגאריעס זענען ווי פאלגנד‪:‬‬
‫‪o‬‬
‫‪o‬סקין קאלער ‪ -‬כאפט אויף קאליר פון א מענטש כדי צו‬
‫פארמיידן ראיות אסורות (אפילו אויף אויסגעהאלטענע‬
‫סייטס וואו גדר פילטער לאזט אריינגיין) ‪ -‬וויבאלד דער‬
‫פילטער איז בלויז א ‘דומם’ אן קיין אייגענעם שכל‪ ,‬און‬
‫ס’ארבעט נאר ווי אזוי מ’שטעלט אים אן‪ ,‬צ‪.‬ב‪.‬ש‪ .‬ווען ס’איז‬
‫דא בילדער וואס די סקין קאלער איז אביסל טינקל אדער‬
‫ליכטיגער וועט עס נישט ווערן געפעינט‪ ,‬דערפאר קומט די‬
‫נאכפאלגנדע טאקטיקן‪.‬‬
‫‪o‬‬
‫‪o‬פעיס דיטעקשאן ‪ -‬כאפט אויף צי דאס בילד האט א‬
‫פנים פון א מענטש‪ ,‬אפילו אויב דער קאליר איז נישט ממש‬
‫א “סקין קאליר” – ביי ביידע פעלער וועט דער פילטער‬
‫צודעקן אדער פארווישן דעם בילד‪.‬‬
‫בכבוד רב‬
‫הנהלת גדר‬
‫‪o‬‬
‫‪o‬אימעידזש רעפלעסמענט ‪ -‬ווען א בילד האט א גרויסע‬
‫פראצענט פון סקין קאלער וועט דאס גאנצע בילד ווערן‬
‫געבלאקט‪.‬‬
‫(מיר טוען אצינד פיבערהאפטיג ארבעטן מיט גרויסע עקספערטן‪ ,‬צו‬
‫פארבעסערן אז דער אימעידזש‪-‬פעינטינג זאל קענען פונקציאנירן הונדערט‪-‬פראצענט‬
‫אקוראט עצהי”ט‪ .‬מיר האפן בקרוב צו מעלדן פאזיטיווע רעזולטאטן בעז”ה)‬
‫‪3 .3‬קיווארד פילטערינג‪ :‬אויסער דעם אינהאלט פילטערינג וואס‬
‫איז באזירט אויף “קאטעגאריעס”‪ ,‬פארמאגט דער “גדר פילטער”‬
‫א באזונדערע “קיווארד פילטערינג”‪ ,‬וואס דאס זיפט אדורך אלע‬
‫סייטס‪ ,‬אפילו די וואס זענען לויט’ן קאטעגאריע ערלויבט אדער‬
‫געפונען זיך אויפן “ווייט ליסט”‪ .‬אויב ווערט אבער געוויסע “שליסל‪-‬‬
‫ווערטער” דערמאנט אינעם סייט צופיל מאל‪ ,‬וואס צינדט אן א‬
‫רויטן לעמפל אז דער סייט איז מעגליך אנגעפיקעוועט מיט‬
‫אומאויסגעהאלטענע מאטריאל‪ ,‬וועט דער סייט ווערן בלאקירט‪.‬‬
‫אזוי אויך זענען פארהאן סייטס וואס האבן בעיקר‬
‫בילדער‪ ,‬וואס דארט וועט דער “קיווארד פילטער” דורכזיפן די “יו‪.‬‬
‫אר‪.‬על’ס”‪ ,‬וואס מיינט דער אפיציעלער נאמען פון די פעידזשעס‬
‫און בילדער אויפ’ן סייט‪ ,‬און אויב וועלן די ווערטער שמעקן‬
‫מיט אומאויסגעהאלטענע מאטריאל וועט דער סייט אויך ווערן‬
‫אפגעשלאסן‪.‬‬
‫• קאטעגאריזירטע ‪ URL‬ליסטע •‬
‫כדי ארויפצוברענגען דעם פילטער אויפ’ן העכסטן‬
‫שטאפל און פארזיכערן אז ס’טוט אן אקוראטע ארבעט‪ ,‬דהיינו‬
‫אז די אלע פלעצער וואס דארפן זיין אפען לצורך פרנסה‪,‬‬
‫ווצב”ש באנק‪ ,‬וואס אפילו אין פאל זיי טוען אמאל מעלדן‬
‫נייעס’ן‪ ,‬וואס אין אלגעמיין וואלט דאס אריינגעפאלן אונטער‬
‫די קאטעגאריע פון נייעס’ן וואס וואלט געווען פארשלאסן‪ ,‬זאל‬
‫מען אבער יא קענען האבן צוטריט צו דעם סייט‪ ,‬האט “גדר”‬
‫אויפגעבויעט א ספעציעלע ליסטע פון סייטס וואס ווערן‬
‫באזונדער קאטעגאריזירט אונטער די ריכטיגע קאטעגאריע‪.‬‬
‫(מאמענטאל באשטייט די ליסטע פון ‪ 7‬מיליאן סייטס און‬
‫בקרוב וועט עס באשטיין פון איבער ‪ 20‬מיליאן סייטס)‪.‬‬
‫• ווייט‪-‬ליסטע‪/‬בלעק‪-‬ליסטע •‬
‫“גדר” לייגט אריין גאר אסאך מעניועל ארבעט‪,‬‬
‫אהערצושטעלן אן אייגענעם ‘ווייט‪-‬ליסט’ פון סייטס וואס‬
‫זענען גוט צו ווערן געניצט דורכ’ן היימישן ציבור‪.‬‬
‫דאס איז אויסער וואס די טעקנישאנס זענען שוין געזיצן‬
‫און אדורך געזיפט הונדערטער סייטס‪ ,‬אז עס זאל זיין ‘ווייט‪-‬‬
‫ליסטעט’‪ ,‬און נישט ווערן אומזיסט בלאקירט‪.‬‬
‫אזוי אויך האלט מען אין איין צולייגן צענדליגער סייטס‬
‫וואס גייען ארויף אויף די כשר’ע סייט ליסטע‪ .‬און אזוי אויך‬
‫פארקערט‪ ,‬די סייטס וואס זענען נישט גוט מאכט מען זיכער‬
‫אז ס’זאל ווערן בלאקירט‪.‬‬
‫• עד בלאקס •‬
‫אלע אדווערטייזמענט און רעקלאמעס ווערן‬
‫אויטאמאטיש בלאקירט דורכ’ן גדר פילטער‪ ,‬אפילו אין‬
‫אויסגעהאלטענע סייטס‪ ,‬וויבאלד די היינטיגע עדס איז‬
‫אוממעגליך צו קאנטראלירן און יעדער פארשטייט וואס‬
‫אומקאנטראלירטע עדס שטעלן מיט זיך פאר‪.‬‬