שוועדן באקומט נייע באנקנאטן און מטבעות

‫שוועדן באקומט נייע‬
‫באנקנאטן און מטבעות‬
‫פט‬
‫א יף‬
‫כ או‬
‫א‬
‫ער‬
‫איי‬
‫גע‬
‫יק‬
‫ל‬
‫ב ט!‬
‫ל‬
‫ס ו ו ע ר י ג ע ס‬
‫ר י ק ס ב א נ ק‬
‫‪ 1‬קראנע‬
‫‪ 2‬קראנע‬
‫‪ 5‬קראנע‬
‫‪ 10‬קראנע‬
‫שוועדן באקומט נייע באנקנאטן און מטבעות‬
‫אין ‪ 2015‬און ‪ ,2016‬וועט שוועדן באקומען נייע‬
‫באנקנאטן און מטבעות‪ .‬מיר וועלן אויך באקומען א נייע‬
‫וואלוטע‪ ,‬א ‪-200‬קראנע באנקנאט‪ .‬א באקאנטער פריינט‬
‫וועט אויך צוריקקומען ווען מיר וועלן אנהייבן נאכאמאל‬
‫ארויסצוגעבן די ‪-2‬קראנע מטבע‪ .‬די נייע באנקנאטן וועלן‬
‫האבן נייע זיכערהייט מאסנאמען וואס וועט צושטעלן‬
‫בעסערע באשיצונג אנטקעגן פעלשונג‪ ,‬און די מטבעות‬
‫וועלן זיין קלענער און לייכטער‪.‬‬
‫די באנקנאטן און מטבעות וועלן ווערן ארויסגעגעבן‬
‫דורכאויס צוויי שטאפלען‪ ,‬אום אקטאבער ‪ 2015‬און‬
‫אקטאבער ‪ .2016‬פאר א וויילע‪ ,‬וועלן סיי די נייע און‬
‫סיי די אלטע באנקנאטן און מטבעות צירקולירן‬
‫דורכאויס די זעלבע צייט‪.‬‬
‫די יעצטיגע באנקנאטן און מטבעות וועלן צוביסליך ווערן‬
‫אומגילטיג (אויסער די ‪-10‬קראנע מטבע וואס וועט נישט‬
‫ערזעצט ווערן)‪ .‬כדי נישט צו ריזיקירן איבערצובלייבן‬
‫מיט אומגילטיגע באנקנאטן און מטבעות אינדערהיים‪,‬‬
‫באצאלט מיט זיי אדער לייגט עס אריין אין אייער באנק‬
‫קאנטע דאס שנעלסטע וואס מעגליך‪.‬‬
‫ווען איר באקומט א נייע באנקנאט‪ ,‬בייגט עס צו מאכן‬
‫זיכער אז עס איז אויטענטיש‪ .‬איר דארפט זען בילדער‬
‫וואס טוישן קאלירן און בילדער וואס רוקן זיך און טוישן‬
‫זיך צווישן די מוסטערן‪.‬‬
‫‪Stefan Ingves‬‬
‫‪Governor of the Riksbank‬‬
‫‪September 2015‬‬
‫זעט שוועדן’ס נייע באנקנאטן אויף אונזער עפפ‬
‫עס ווערט אנגערופן ”‪ ”Kolla pengarna‬און קען ווערן‬
‫דאונלאודעד פריי פון אפצאל ביים עפפ געשעפט אדער‬
‫גוגל פלעי‪.‬‬
‫נייע באנקנאטן אום אקטאבער ‪2015‬‬
‫אום אקטאבער ‪ ,2015 1‬וועט די ריקסבאנק אנהייבן‬
‫ארויסגעבן נייע ‪ 50 ,20‬און ‪ 1,000‬קראנע באנקנאטן‬
‫מיט נייע מוסטערן‪ .‬מיר וועלן אויך באקומען א נייע‬
‫וואלוטע‪ ,‬א ‪ 200‬קראנע באנקנאט‪ .‬עס קען נעמען‬
‫א וויילע איידער איר זעט א נייעם באנקנאט צוליב‬
‫דעם וואס די איצטיגע געלט וועט ווייטער בלייבן אין‬
‫צירקולאציע פאר א שטיק צייט‪.‬‬
‫פאדערשטע טעמע‪:‬‬
‫קינדער שרייבער‬
‫אסטריד לינדגרען‬
‫הונטערשטע טעמע‪:‬‬
‫סמאלאנד‪ ,‬וואו אסטריד‬
‫לינדגרען איז אויפגעוואקסן‬
‫פאדערשטע טעמע‪:‬‬
‫דער דיכטער‪ ,‬קאמפאזירער‬
‫און מעלער עווערט טאובע‬
‫הונטערשטע טעמע‪:‬‬
‫באהוסלאן‪ ,‬איינס פון די פילע‬
‫פלעצער פון וואו עווערט טאובע‬
‫האט געצויגן אינספיראציע‬
‫פאדערשטע טעמע‪:‬‬
‫פילם דירעקטאר‬
‫אינגמער בערגמאן‬
‫הונטערשטע טעמע‪:‬‬
‫גאטלאנד (פארא) וואו‬
‫אינגמאר בערגמאן האט‬
‫געמאכט זיין היים‬
‫פאדערשטע טעמע‪:‬‬
‫‪ UN‬סעקרעטאר‬
‫גענעראל און מיטגליד פון‬
‫די שוועדישע אקעדעמיע‬
‫דאג האמערשיעלד‬
‫הונטערשטע טעמע‪:‬‬
‫לאפלאנד‪ ,‬א ארט‬
‫פון הערליכע נאטור‬
‫וואס האט מורא’דיג‬
‫אינטערסירט דאג‬
‫העמערשיעלד‬
‫בייגט דעם באנקנאט – צו פארזיכערן‬
‫אז עס איז אויטענטיש‬
‫די נייע באנקנאטן האבן נייע זיכערהייט מאסנאמען‬
‫וואס מאכט דאס שווער צו פעלשן‪ .‬אויב בייגט איר די‬
‫באנקנאטן‪ ,‬קענט איר זען אויב עס איז אויטענטיש‪.‬‬
‫קאליר‪-‬טוישנדע בילדער‬
‫א בילד וואס טוישט איר‬
‫קאליר צוביסלעך צווישן‬
‫גאלד און גרין ווען איר‬
‫בייגט די באנקנאט‪.‬‬
‫זיכערהייט שטריך‬
‫א אויבן‪-‬צו‪-‬אראפ שטריך מיט‬
‫דריי פענסטערס‪ .‬די פענסטערס‬
‫ענטהאלטן בילדער וואס רוקן‬
‫און טוישן מוסטערן ווען איר‬
‫בייגט די באנקנאט‪.‬‬
‫זיכערהייט שטריך‬
‫די נייע ‪ 200‬קראנע און ‪ 1,000‬קראנע באנקנאטן האבן א‬
‫א אויבן‪-‬צו‪-‬אראפ זיכערהייט שטריך‪.‬‬
‫• די שטריך פארמאגט דריי פענסטערס‪.‬‬
‫• די פענסטערס שטעלן פאר בילדער וועלכע רוקן און‬
‫טוישן מוסטערן צווישן ”‪ ”KR‬און א קעניגליכע קרוין‬
‫ווען איר בייגט די באנקנאט‪.‬‬
‫• די זיכערהייט שטריך איז פלאצירט ביי די לינקע זייט פונעם‬
‫פארטרעט אויף די פאדערשטע זייט פונעם באנקנאט‪.‬‬
‫• די קאליר פון די שטריך איז אנדערש אויף די‬
‫פארשידנארטיגע וואלוטעס פון באנקנאטן‪.‬‬
‫קאליר‪-‬טוישנדע בילד‬
‫די נייע באנקנאטן האבן א קאליר טוישנדע בילד פארבינדן‬
‫מיט דעם פערזאן וואס ווערט אראפגעמאלן אויפן באנקנאט‪.‬‬
‫אויך ווערט געוויזן אויפן בילד וואספארא וואלוטע דאס איז‪.‬‬
‫דער בילד און די וואלוטע סארט טוען צוביסליך טוישן קאליר‬
‫צווישן גאלד און גרין ווען איר בייגט די באנקנאט‪ .‬די בילד‬
‫איז פלאצירט ביי די רעכטע זייט פונעם פארטרעט אויף די‬
‫פאדערשטע זייט פונעם באנקנאט‪.‬‬
‫‪-20‬קראנע באנקנאט‬
‫בוך‬
‫‪-50‬קראנע באנקנאט‬
‫שיף‬
‫‪-200‬קראנע באנקנאט‬
‫קלאפערבאורד‬
‫‪-1,000‬קראנע‬
‫איילבירט צווייגל‬
‫די באנקנאטן האבן אויך עטליכע אנדערע זיכערהייטס‬
‫מאסנאמען‪ .‬איר קענט טרעפן מער אינפארמאציע‬
‫איבער דעם אויף די ריקסבאנק וועבזייט‪:‬‬
‫‪riksbank.se/kollapengarna‬‬
‫באנקנאטן וועלכע ווערן אומגילטיג‬
‫נאך יוני ‪2016 ,30‬‬
‫איר קענט ווייטער נוצן די יעצטיגע ‪ 50 ,20‬און ‪1,000‬‬
‫קראנע באנקנאטן ביז ‪ -‬און אריינגערעכנט ‪ -‬יוני ‪30‬‬
‫‪ 2016‬צו באצאלן זאכן אדער זיי אריינלייגן אין אייער‬
‫באנק קאנטע‪ .‬נאך יוני ‪ 2016 30‬וועט שוין מער נישט‬
‫זיין מעגליך צו באצאלן מיט די באנקנאטן‪ .‬איר וועט‬
‫ווייטער קענען אריינלייגן אין אייער באנק קאנטע ביז ‪-‬‬
‫און אריינגערעכנט ‪ -‬אוגוסט ‪.2016 31‬‬
‫לאזט עס נישט איבער אויף די לעצטע מינוט! עס קענען‬
‫זיין באגרעניצונגען צו וויפיל קעש בענק און געשעפטן‬
‫קענען אננעמען‪ .‬בעט אייער באנק אדער לאקאלע‬
‫געשעפט פאר מער אינפארמאציע‪.‬‬
‫נאך אוגוסט ‪ 2016 31‬וועט די ריקסבאנק קענען‬
‫צוריקנעמען די אומגילטיגע באנקנאטן פאר א‬
‫אדמיניסטראטיווע אפצאל פון ‪.SEK 100‬‬
‫פארוואס די בענק דארפן פרעגן פראגעס‬
‫ווען איר ווילט אריינלייגן געלט אין די באנק אדער‬
‫מאכן א אנדערע טראנסאקציע‪ ,‬דערפט איר זיין גרייט‬
‫צו ענטפערן פראגן איבער פון וואו די געלט קומט און‬
‫צייגן גילטיגע אידענטיפיקאציע‪ .‬אין געוויסע פעלער‪,‬‬
‫וועט די באנק אויך דארפן זען קאנטראקטן‪ ,‬רעסיטס‪,‬‬
‫אינוואויסעס אדער אנדערע שריפטן וואס ווייזן אויף‬
‫וויאזוי איר האט באקומען דאס געלט‪ .‬דאס איז פארבינדן‬
‫מיט די געזעץ איבער שריט אנטקעגן וואשן געלטער‬
‫און טעראר פינאנצירונג‪ ,‬וואס שרייבט ארויס‪ ,‬צווישן‬
‫אנדערע‪ ,‬אז בענק זענען פארפליכטעט אויסצוגעפינען‬
‫פון וואו דעפאזיטס קומען‪.‬‬
‫דער אונטערזוכונג דארף געמאכט ווערן אפילו וואו עס‬
‫איז נישטא קיין פארדאכט פון א פארברעכן‪ .‬די ציל פון די‬
‫געזעץ איז צו פארמיידן בענק און אנדערע פינאנציעלע‬
‫פירמעס פון ווערן גענוצט צו וואשן געלט‪ ,‬דאס מיינט געלט‬
‫פון קרימינאלע אקטיוויטעטן וואס ווערט איבערגעמאכט‬
‫אויף געלט וואס קען ווערן אריינגעלייגט אין א באנק קאנטע‬
‫און גענוצט ווערן‪ .‬די רעגולאציעס זענען גילטיג אויף אלע‬
‫פינאנציעלע פירמעס אינעם אייראפעאישע פאראיין‪.‬‬
‫די ריקסבאנק טוט אויך אויספאלגן דאס געזעץ פון שריט‬
‫אנטקעגן וואשן געלטער‪.‬‬
‫וואס וועט געשען צו די ‪ 100‬קראנע און‬
‫‪ 500‬קראנע באנקנאטן און מטבעות?‬
‫אום אקטאבער ‪ ,2016‬וועט די ריקסבאנק אנהייבן‬
‫ארויסגעבן נייע ‪ 100‬קראנע און ‪ 500‬קראנע באנקנאטן‪,‬‬
‫צוזאמען מיט נייע ‪ 2 ,1‬און ‪ 5‬קראנע מטבעות‪ .‬אבער די‬
‫‪ 10‬קראנע מטבע וועט בלייבן אומגעטוישט‪.‬‬
‫די יעצטיגע ‪ 100‬קראנע און ‪ 500‬קראנע באנקנאטן‪,‬‬
‫ווי אויך אלע יעצטיגע מטבעות אויסער די ‪ 10‬קראנע‬
‫מטבע‪ ,‬וועלן ווערן אומגילטיג נאך יוני ‪.2017 ,30‬‬
‫די ‪ 10‬קראנע מטבע וועט‬
‫בלייבן אומגעטוישט‪.‬‬
‫מער אינפארמאציע איבער די נייע באנקנאטן און‬
‫מטבעות און די וועלכע וועלן ווערן אומגילטיג‪ ,‬וועלן‬
‫פארגעשטעלט ווערן קומענדיגע יאר‪.‬‬
‫נוצט אויס אייערע מטבעות יעצט!‬
‫געדענקט אז מיטן אויסנאם פון די ‪ 10‬קראנע מטבע‪,‬‬
‫וועלן אלע מטבעות ווערן אומגילטיג אום ‪.2017‬‬
‫דערפאר הייבט אן צו נוצן אייערע מטבעות יעצט‪,‬‬
‫ספעציעל אויב האט איר אסאך דערפון‪ .‬אזוי ריזיקירט‬
‫איר נישט מיטן איבערבלייבן מיט אומגילטיגע מטבעות‪.‬‬
‫עס קענען זיין באגרעניצונגען צו וויפיל קעש בענק און‬
‫געשעפטן וועלן אננעמען‪ ,‬דעריבער לאזט עס נישט‬
‫איבער אויף די לעצטע מינוט‪.‬‬
‫מער אינפארמאציע‬
‫• די ריקסבאנק וועבזייטל‪:‬‬
‫‪riksbank.se/kollapengarna‬‬
‫• פעיסבוק‪facebook.com/kollapengarna :‬‬
‫• עפפ‪ :‬זוכט אויף ”קאלע פענגארנע” אין אייער‬
‫טעלעפאן’ס עפפ געשעפט‪.‬‬
‫איבער סוועריגעס ריקסבאנק‬
‫די ריקסבאנק איז די צענטראלע באנק פון שוועדן‪ .‬מיר‬
‫געבן ארויס שוועדן’ס באנקנאטן און מטבעות‪ .‬מיר זענען‬
‫אויך פאראנטווארטליך צו פארזיכערן אז אונזער געלט‬
‫האלט אן איר ווערד און אז די צאלונג סיסטעם איז‬
‫פארזיכערט און ווירקזאם‪.‬‬
‫וויכטיגע דאטומען‬
‫אקטאבער ‪2015‬‬
‫אקטאבער ‪2016‬‬
‫‪ 5‬קראנע ‪ 2‬קראנע‬
‫‪2015‬‬
‫‪2016‬‬
‫אומגילטיג נאך‬
‫יוני ‪2016 30‬‬
‫‪ 1‬קראנע‬
‫‪2018‬‬
‫‪2017‬‬
‫אומגילטיג נאך‬
‫יוני ‪2017 30‬‬
‫‪ 5‬קראנע ‪ 2‬קראנע‬
‫‪ 1‬קראנע‬
veriges nya sedlar i vår app‫באקוקט שוועדן’ס נייע באנקנאטן אין‬
‫אונזער עפפ‬
ankens app ”Kolla pengarna” kan du
veriges nya sedlar. Lär dig hur du‫באנקנאטן‬
känner ‫איר קענט זיך אצינד באקענען מיט שוועדן’ס נייע‬
.”Kolla pengarna” ‫דורך נוצן די ריסקבאנק’ס נייע עפפ‬
ta sedel eller spela vårt nya sedelspel.
‫געפונט אויס וויאזוי צו דערקענען אן אויטענטישע‬
tar du också den här broschyren‫באנקנאט‬
som
‫קענט‬
‫ אין די עפפ‬.‫אדער שפילט אונזער נייע באנקנאט שפיל‬
h den finns att läsa på flera andra
språk.
‫איר אויך טרעפן דעם דאזיגן ביכל אלס אן אודיאבוק און עס‬
ns att ladda ner gratis på App Store och
.‫אויסהערן אין עטליכע באזונדערע שפראכן‬
ay.
‫איר קענט אראפלאדענען די עפפ פריי פון אפצאל פון די עפפ‬
.‫סטאר אדער גוגל פלעי‬
‫שוועדן באקומט נייע‬
Sverige‫מטבעות‬
får nya‫און‬
sedlar
och mynt
‫באנקנאטן‬
Română
Русский
Srpski
Julevsámegiella
Soomaali
Meänkieli
Español
Davvisámegiella
‫فارسی‬
Åarjelsaemien
Polski
‫ܐܪܡܝܐ‬/‫ܣܘܪܝܝܐ‬
Arli
ไทย
Kalderaš
Türkçe
Kálo
Deutsch
Kurdîya kurmancî
riksbank.se/languages
MILJÖMÄRKT Trycksak 3041 0701
Shqip
‫العربية‬
Surayt
Bosanski
English
Suomi
Français
‫יי ִדיש‬
中文
Hrvatski
‫י ג‬K ‫ס ו ו ע ר‬
R I‫ ק‬G‫ נ‬E‫ א‬S‫ ס ב‬R‫ ק‬I ‫ י‬K‫ ר‬S B‫ ס‬A‫ ע‬N