אינ טערנא ציא נא לע רע אק ציעס

‫אנאליז‪:‬‬
‫זונטאג פ' בא‬
‫איבערגעאיילטע טראמפ שריט שאפט פראבלעמען‬
‫מען איז נישט געווען אזוי איבערראשט‬
‫אז דער פרעזידענט "האלט ווארט"‪ ,‬אז ער‬
‫הויבט שוין אן מיט זיין קאמפיין קעגן מוסול־‬
‫מענער אימיגראנטן‪ ,‬ווי מיט דעם "ווילדן" צו־‬
‫גאנג‪ ,‬טעשעפענדיג אויך מיט לעגאלע‬
‫אמעריקאנער איינוואוינער‪ ,‬וואס דאס האט‬
‫טאקע געברעגנט פאר טראמפ א פארשע־‬
‫מענדן געריכטליכן דורכפאל און אן אויסבע־‬
‫סערונג פון ווייסן הויז אין די פאליסי‪ ,‬אז מען‬
‫וועט טאקע נישט טשעפן עמיצן וואס האט א‬
‫"גרינע קארד‪) ".‬דער "עי על סי יו" אדוואקאט‬
‫האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון רייצן‬
‫מיט טראמפ אין א טוויט‪ ,‬אז שוין אין די‬
‫ערשטע וואך האט ער געליטן זיין ערשטן‬
‫געריכטליכן דורכפאל‪(.‬‬
‫א סאך פון דעם פּראבלעם נעמט זיך וואס‬
‫פּרעזידענט טראמפּ "שיסט" מיט עקזע־‬
‫קוטיווע פארארדענונגען איינס נאכ'ן צווייטן‪,‬‬
‫וועלנדיג ווייזן אז ער איז א פּרעזידענט וואס‬
‫"טוט"‪ ,‬אבער ווען מ'טוט איבערגעאיילטע‬
‫זאכן‪ ,‬שאפט דאס אן אומקלארקייט מיט אומ־‬
‫געוואונטשענע לעגאלע קאנסעקווענצן‪ .‬דאס‬
‫זעלבע איז איצט געווען מיט די טראמפּ פאר־‬
‫ארדענונג קעגן די אימיגראנטן פון מוסולמע־‬
‫נער לענדער‪.‬‬
‫אפילו אין ווייסן הויז איז מען נישט אזוי‬
‫קלאר געווען וואס אלץ דער פּרעזידענט האט‬
‫פארבאטן און וואס איז יא ערלויבט‪ .‬נאך מער‪,‬‬
‫כאטש פּרעזידענט טראמפּ האט דערקלערט‬
‫אז זיין אדמיניסטראציע איז געווען "פולשטע־‬
‫נדיג צוגעגרייט" פאר זיין נייעם פּראגראם‪,‬‬
‫זעט מען אז עס איז נישט אזוי‪ ,‬ווייל דאס וויי־‬
‫סע הויז האט אפילו נישט געבעטן א לעגאלע‬
‫אפּשאצונג פונעם אייגענעם לעגאלן‬
‫אפּטיילונג‪ ,‬פאר טראמפּ האט עס אונטערגע־‬
‫שריבן!‬
‫די היימלאנד זיכערהייט דעפּארטמענט‬
‫דארף אויספירן די אלע זאכן‪ ,‬אבער זיי האבן‬
‫דאס לעגאל אנאליזירט ערשט נאכדעם ווי עס‬
‫איז שוין געווען אונטערגעשריבן‪ .‬פרייטאג‬
‫האבן זיי זיך געכאפּט אז דאס איז נישט א‬
‫פארבאט אויף די וואס האבן שוין א "גרינע‬
‫קארד"‪ ,‬די וואס זענען לעגאלע אמעריקאנער‬
‫איינוואוינער‪ ,‬אבער די טראמפּ ראטגעבער‬
‫סטיוו בענען און סטיווען מילער האבן גע־‬
‫זאגט פארקערט‪ ,‬אז אויך די וואס האבן שוין‬
‫א גרינע קארד טארן נישט אויטאמאטיש‬
‫אריינגעלאזט ווערן אין לאנד‪ ,‬נאר זיי דארפן‬
‫באזונדער באטראכט ווערן‪ ,‬יעדער פון זיי‬
‫דארף באזונדער אויסגעפארשט און נאכגע־‬
‫קוקט ווערן‪ ,‬און נאר אזוי‪ ,‬ווען מ'איז‬
‫אבסאלוט פארזיכערט אז דער לעגאלער‬
‫אמעריקאנער איינוואוינער איז נישט קיין גע־‬
‫פאר‪ ,‬זאל מען אים אריינלאזן‪.‬‬
‫געווענליך ווען א פּרעזידענט וויל ארויס־‬
‫געבן אן עקזעקוטיווע פארארדענונג‪ ,‬אי־‬
‫בערהויפּט איבער אזא טעמע‪ ,‬איז די פּראצע־‬
‫דור צו ערלויבן פאר'ן יוסטיץ דעפּארטמענט‬
‫און פאר די היימלאנד זיכערהייט אגענטורן‬
‫דאס צו שטודירן‪ ,‬אנאליזירן‪ ,‬און לאזן הערן‬
‫זייער ראט‪ ,‬און אזוי קען דער פּרעזידענט‬
‫עווענטועל באשליסן וואס ער וויל טאן‪ ,‬גע־‬
‫ווענליך נאך מאכן געוויסע קליינע ענדערונ־‬
‫גען‪ ,‬אויב נויטיג‪ .‬דא איז אבער אנדערש גע־‬
‫גאנגען‪ .‬טראמפּ האט פרייטאג אונטערגע־‬
‫שריבן די נייע פארארדענונג‪ ,‬און ערשט‬
‫ביינאכט האט מען פארעפענטליכט די ליסטע‬
‫פון די לענדער וואס זענען געפאלן אונטער‬
‫דעם נייעם פארבאט‪ ,‬נעמליך די ‪ 7‬מוסולמע־‬
‫נער לענדער‪ ,‬ממילא האט דאס געשאפן א צע־‬
‫מישעניש‪ ,‬ווען מ'האט באלד אנגעהויבן‬
‫אראפּהאלטן יעדן וואס קומט פון די אויסגע־‬
‫רעכענטע לענדער‪ ,‬אפילו לעגאלע אמעריקא־‬
‫נער איינוואוינער וואס קומען אהיים צו זייער‬
‫איצטיגן היימלאנד‪ ,‬אמעריקע‪ .‬דער באשלוס‬
‫פון מילער און בענען איז פרייטאג צו נאכטס‬
‫צוגעשיקט געווארן צו אלע עירליינס‪ ,‬און‬
‫מ'האט אנגעהויבן אויסצופאלגן זייער‬
‫דיקטאט‪ ,‬און דאס האט בייגעשטייערט צו די‬
‫שטורמישע דעמאנסטראציעס אין די‬
‫עירפּארטס איבער'ן לאנד‪.‬‬
‫עס איז געווען אזא אומקלארקייט‪ ,‬אז‬
‫מ'האט אפילו געפרעגט צי מ'זאל בכלל‬
‫ארויפלאזן אויפ'ן עראפּלאן קיין אמעריקע‬
‫מענטשן פון יענע לענדער‪ ,‬די וואס האבן א‬
‫גרינע קארד‪ .‬דער באשלוס איז געווען אז‬
‫מ'וועט זיי לאזן פליען קיין אמעריקע און דער־‬
‫נאך וועט מען זיי איינציגווייז אויספרעגן און‬
‫נעמען אין באטראכט צי מ'זאל זיי אריינלאזן‪.‬‬
‫מ'קען זיך אליין פארשטעלן די צעמישע־‬
‫ניש וואס דאס האט געשאפן‪ ,‬און דאס האט‬
‫זיך דערקענט אין דעם כאאוס צושטאנד אויף‬
‫די אמעריקאנער עירפּארטס וואס האט‬
‫עווענטועל געפירט צו די לעגאלע שריט קעגן‬
‫די טראמפּ פארארדענונג‪.‬‬
‫מ'איז אויך באזארגט געווען צוליב‬
‫באריכטן אז דאס ווייסע הויז באטראכט צו‬
‫פארלאנגען פון אויסלענדער וואס קומען קיין‬
‫אמעריקע‪ ,‬אז זיי זאלן איבערגעבן זייערע סע־‬
‫לפאון נומערן ווי אויך זייערע צוטריט אידע־‬
‫נטיפיקאציעס )פעסווארדס( צו געזעלשאפטלי־‬
‫כע מידיא אז מ'זאל קענען באקוקן אלע‬
‫זייערע וועבסייטס‪ ,‬א‪.‬ד‪.‬ג‪ ,.‬נאכקוקן מיט ווע־‬
‫מען זיי האבן אלץ געהאט פארבינדונגען אויף‬
‫זייערע סעלפאונס אדער סמארטפאונס‪ ,‬און‬
‫אויב עמיצער וויל נישט מיטטיילן אזא אינ־‬
‫פארמאציע‪ ,‬וועט מען יענעם נישט אריינלאזן‬
‫אין לאנד‪ .‬דער אמעריקאנער מוסולמענער‬
‫טעראריסט טאשפין מאליק‪ ,‬פון די שיסעריי‬
‫אין סען בערנארדינא‪ ,‬קאליפארניע‪ ,‬האט גע־‬
‫פּרעדיגט פאר "דזשיהאד" אויפ'ן אינטער־‬
‫נעט‪ ,‬ממילא רעדט מען פון באקוקן אלע אינ־‬
‫טערנעט פארבינדונגען פון אויסלענדער וואס‬
‫ווילן אריינקומען‪ ,‬אבער מ'ווייסט נאכנישט‬
‫ווי אזוי מ'קען דאס געהעריג דורכפירן‪.‬‬
‫)אין מדינת ישראל‪ ,‬איז שוין געווען מע־‬
‫רערע פאלן ווען מ'האט פארלאנגט ביים‬
‫עירפּארט צו עפענען די וועבסייטס און‬
‫אימיעל פון אויסלענדער‪ ,‬אז מ'זאל דאס קע־‬
‫נען דורכשניטערן און זען אלע פארבינדונגען‬
‫פון יענעם מענטש‪ ,‬א‪.‬ד‪.‬ג‪(.‬‬
‫די נייע טראמפּ פארארדענונג האט ארויס־‬
‫גערופן אויפרעגונג אפילו ביי טייל פון זיינע‬
‫שטיצער‪ ,‬ווי איין אינטערנאציאנאלער זשורנא־‬
‫ליסט וועלכער איז געווען א טראמפּ שטיצער‬
‫האט ארויסגעברענגט‪ ,‬אז אויב טראמפּ וויל‬
‫ראטעווען אמעריקאנער לעבענס‪ ,‬פארוואס‬
‫גיט ער נישט קיין עקזעקוטיווע פארארדענונג‬
‫צו צוימען גאנס? קיינער פון די ‪ 7‬אויסגערע־‬
‫כענטע לענדער איז נישט באגאנגען אפילו‬
‫איין טעראר אטאקע אין אמעריקע! דאקעגן‬
‫אין די ערשטע ‪ 9‬טעג זינט טראמפּ'ס איינ־‬
‫שווערן‪ ,‬זענען איבער ‪ 750‬מענטשן‬
‫גע'הרג'עט געווארן פון גאנס אין אמעריקע‪,‬‬
‫וואס מיינט ‪ 85‬מענטשן וועלן דערשאסן‬
‫ווערן צום טויט יעדן טאג‪ .‬אין ‪ ,'16‬זענען‬
‫מער אמעריקאנער גע'הרג'עט געווארן דורך‬
‫אינטערנאציאנאלע רעאקציעס‬
‫ איראק סטראשעט אמעריקע ‪-‬‬‫פון איראק איז געקומען א ווארענונג אז אויב אמעריקע וועט דיסקרימינירן קעגן איראקער‬
‫פרידליכע מענטשן וואס ווילן קומען קיין אמעריקע‪ ,‬וועט מען פארבאטן פאר אמעריקאנער צו קו־‬
‫מען קיין איראק‪.‬‬
‫שיאיטן מיליצן האבן שוין פארלאנגט ארויסצואווארפן אלע אמעריקאנער בירגער פון לאנד‪.‬‬
‫מער מעסיגע פּראטעסטן זענען געקומען פון די דייטשע קאנצלער אנגעלא מערקעל‪ ,‬וואס זי‬
‫האט גערעדט וועגן דעם טעלעפאניש מיט פּרעזידענט טראמפּ שב"ק‪ ,‬אנווייזענדיג אז אן אינטערנא־‬
‫ציאנאלער פּליטים פּאקט וואס מ'האט אונטערגעשריבן אין גענף אין ‪ ,'51‬פארלאנגט אז מ'זאל‬
‫ארייננעמען פּליטים וואס אנטלויפן פון מלחמות‪.‬‬
‫איר ווארטזאגער האט באטאנט אז מערקעל איז איבערצייגט אז אפילו די נויטיגע פעסטע‬
‫שריט אינעם קאמף קעגן טעראריזם בארעכטיגט נישט צו לייגן אלע מענטשן פון א ספּעציפישן‬
‫אפּשטאם אדער רעליגיע אונטער אן אלגעמיינעם פארדאכט‪.‬‬
‫אויך האט איר ווארטזאגער ארויסגעברענגט אז די דייטשע רעגירונג וועט פארזיכטיג אונ־‬
‫טערזיכן וואס פארא קאנסעקווענצן דער אמעריקאנער באשלוס וועט האבן אויף דייטשע בירגער‬
‫וואס האבן אויך אמעריקאנער בירגערשאפט‪ ,‬און ווען נויטיג‪ ,‬פארטרעטן זייערע אינטערעסן צו‬
‫אונזערע אמעריקאנער שותפים‪.‬‬
‫איינע פון די ערשטע אינטערנאציאנאלע פּראטעסטן איז געקומען פון פראנצויזישן פּרעזידענט‬
‫פראנסוא האלאנד וועלכער האט ש"ק געזאגט אז "ווען טראמפּ ווארפט אפּ דאס אריינלאזן פּליטים‬
‫אין די צייט וואס אייראפּע האט יא געטאן איר פליכט‪ ,‬זאלן מיר רעאגירן צו אים‪".‬‬
‫דער פּרעמיער מיניסטער פון קאנאדא‪ ,‬דזשאסטין טרודאו‪ ,‬האט געזאגט‪ ,‬אז קאנאדא וועט‬
‫אריינלאזן די פּליטים וואס אמעריקע וויל נישט אריינלאזן‪.‬‬
‫ווי פארשטענדליך האבן רעכטע עקסטרעמיסטישע און נאציאנאליסטישע גרופּעס אין‬
‫אייראפּע אפּלאדירט דעם אמעריקאנער פארבאט אויף פּליטים‪.‬‬
‫די צייטונג ‪ -‬נייעס בולעטין ‪ -‬זונטאג פ' בא‪ ,‬תשע"ז‬
‫בעיביס‪ ,‬קליינע קינדער מיט גאנס‪ ,‬דורך עקסי־‬
‫דענטס‪ ,‬ווי דורך טעראריסטן!‬
‫פארשטייט זיך אז דאס איז אבי גערעדט‪,‬‬
‫אבער עס שפּיגעלט אפּ די שארפע געפילן‬
‫קעגן אזא ברייטע פארארדענונג‪ ,‬אפילו ביי‬
‫געוויסע טראמפ שטיצער‪.‬‬
‫די בריטישע פּרעמיער מיניסטער טערע־‬
‫סע מעי האט פאריגע וואך געהאט א‬
‫פריינטליכן באזוכן אין ווייסן הויז ביי פּרעזי־‬
‫דענט טראמפּ‪ ,‬און ווי עס פירט זיך‪ ,‬האט זי‬
‫איינגעלאדן דעם פּרעזידענט אפּצושטאטן א‬
‫באזוך אין ענגלאנד‪ .‬אויך מעי האט אבער גע־‬
‫מוזט פארדאמען דעם טראמפּ אימיגראציע‬
‫פארבאט‪ ,‬און דער בריטישער אפּאזיציע פי־‬
‫רער האט פארלאנגט אז מ'זאל אפּרופן די‬
‫טראמפּ איינלאדונג קיין ענגלאנד‪.‬‬
‫איבער ‪ 280,000‬בריטישע בירגער האבן‬
‫אונטערגעשריבן אן אינטערנעט פּעטיציע אפּ־‬
‫צורופן דעם טראמפּ באזוך‪ ,‬אין די ערשטע‬
‫פּאר שעה זינט מ'האט דאס ארויסגעלייגט‬
‫אויפ'ן אינטערנעט!‬
‫אויסלענדישע עירליינס האבן שווער גע־‬
‫ארבעט אראפּצונעמען פון זייערע עראפּלאנען‬
‫פּילאטן און אנדערע עראפּלאן ארבייטער‬
‫אויב זיי קומען פון די ‪ 7‬אויסגערעכענטע‬
‫מוסולמענער לענדער‪.‬‬
‫בכלל טענה'ט מען אז עס איז נישט דער‬
‫אמעריקאנער וועג צו דיסקרימינירן קעגן א‬
‫רעליגיע‪ .‬דער געוועזענער ניו יארקער מעיאר‬
‫רודי זשוליאני האט אין א "פאקס נייעס" אינ־‬
‫טערוויו שב"ק דערציילט אז טראמפּ האט‬
‫אים געזאגט אז "איך וויל מאכן א מוסולמע־‬
‫נער פארבאט"‪ ,‬אבער ער האט געשמועסט‬
‫מיט זשוליאני איבער דעם "ריכטיגן וועג" ווי‬
‫אזוי דאס אויסצושטעלן‪ .‬טראמפּ איז דאך‬
‫נישט קיין אדוואקאט‪ ,‬דאקעגן זשוליאני איז‬
‫יא אן אדוואקאט מיט צענדליגער יארן פעדער־‬
‫אלע לעגאלע ערפארונג אלס פּראקוראר און‬
‫אלס הויכער יוסטיץ דעפּארטמענט באאמ־‬
‫טער‪ ,‬האט טראמפּ אים געבעטן צונויפשטעלן‬
‫א קאמיסיע אויסצורעכענען ווי אזוי מ'קען‬
‫דאס טאן‪ .‬זשוליאני'ס אינטערוויו איז לכאורה‬
‫געווען א סתירה צו טראמפּ'ס באהויפּטונג‬
‫עטליכע שעה פריער‪ ,‬אז זיין אימיגראציע פאר־‬
‫באט איז נישט געבויט אויף רעליגיע‪.‬‬
‫ווען מ'האט געפרעגט זשוליאני פארוואס‬
‫סאודי אראביע )דאס לאנד פון רוב פון די סע‪-‬‬
‫פט‪ 11 .‬טעראריסטן( און פּאקיסטאן )דאס‬
‫לאנד פון על קאידא און אנדערע טעראריסטן(‬
‫זענען נישט אויף די ליסטע‪ ,‬האט זשוליאני גע־‬
‫ענטפערט‪ ,‬אז סאודי אראביע גייט איצט דורך‬
‫מאסיווע ענדערונגען‪ ,‬און אונטער דעם נייעם‬
‫פּרינץ האבן זיי א ווירקליכן פארשטאנד אז‬
‫מ'האנדעלט מיט א מאסיווען פּראבלעם פון‬
‫ראדיקאלע איסלאמישע טעראריזם‪ .‬עס איז‬
‫נישט די אלטע סאודי אראביע‪ ,‬טראמפּ האט‬
‫איצט צו טאן מיט גאר אן אנדערע סאודי‬
‫אראביע ווי פּרעזידענט אבאמא האט געהאט‪,‬‬
‫א סאודי אראביע וואס מוז האבן נאענטערע‬
‫באציאונגען מיט אונז און מיט איזראעל‪.‬‬
‫אויף פּאקיסטאן‪ ,‬מוז איך טאקע וויסן‬
‫אביסל מער‪ ,‬ווייל אויך איך האב אביסל‬
‫פּראבלעמען דערמיט‪.‬‬