יידיש – תרומה

‫בס"ד‬
‫פרשת תרומה‬
‫מאוצרוﬨ אמוניםם‬
‫מא‬
‫פערל ווערטער איבער אמן און תפילה אין די פרשה‬
‫פע‬
‫געבן צדקה לשם שמים‬
‫רוּמה" )כה ב(‬
‫"וְ יִ ְקחוּ ִלי ְתּ ָ‬
‫"לי ‪ -‬לשמי" )רש"י(‬
‫דער אוזורובער רבי שרייבט אין זיין ספר 'באר משה'‪:‬‬
‫כדי אז די תרומה זאל באמת זיין נאר לשם ה'‪ ,‬אן קיין‬
‫פרעמדע כוונה פון גאוה א‪.‬ד‪.‬ג‪ ,.‬דארף דער וואס גיט די נדבה‬
‫איינערקענען אז אלעס וואס ער פארמאגט געהערט נאר צו‬
‫השי"ת וואס האט אים געגעבן די געלט ווי א פקדון‪ .‬צוליב‬
‫דעם האט דער אר"י הקדוש איינגעפירט מ'זאל געבן צדקה ביי‬
‫'ויברך דוד' בשעת ווען מ'זאגט‪" :‬ואתה מושל בכל" )מג"א נא ז(‪,‬‬
‫ווייל מיט זאגן די ווערטער ווייזט דער מענטש אז ער טוהט‬
‫איינערקענען אז ער אליין פארמאגט נישט גארנישט‪ ,‬און צוליב‬
‫דעם גיט ער די צדקה לשם שמים‪.‬‬
‫דערמאנען דעם 'שם' היינטיגע צייטן‬
‫א טיפער פשט אין די ווערטער פון רש"י ווערט געברענגט אין‬
‫ספר 'ילקוט הגרשוני' )אגדות הש"ס ח"ג עמ' רג(‪:‬‬
‫עס איז באקאנט די גמרא )סוטה לח א( אז אין בית המקדש האט‬
‫מען ארויסגעזאגט דעם שם הוי"ה אזוי ווי ס'איז געשריבן‪ ,‬און‬
‫נישט אזוי ווי מיר זאגן עס היינט 'א‪-‬ד‪-‬נ‪-‬י'‪ .‬לויט דעם קען מען‬
‫זאגן אז דאס האט רש"י געמיינט ווען ער האט מפרש געווען‪:‬‬
‫"לי‪-‬לשמי"; כדי ענק זאלן קענען דערמאנען מיין נאמען ווי עס‬
‫דארף צו זיין‪ ,‬וועלן ענק דארפן בויען דעם משכן‪ ,‬ווייל נאר‬
‫דארט וועלן ענק קענען דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען‬
‫אזוי ווי עס איז געשריבן‪.‬‬
‫דא איז דאס פלאץ צו דערמאנען‪ ,‬אז אויך אין די היינטיגע צייטן‬
‫ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב אונזערע זינד‪,‬‬
‫קענען מיר פאררעכטן דער פראבלעם דורך ענטפערן אמן מיט‬
‫כוונה‪ ,‬אזוי ווי דער 'בעל הטורים' שרייבט )דברים כד ב( אז די‬
‫סיבה פארוואס מיר זאגן 'גדול העונה אמן יותר מהמברך'‪ ,‬ווייל‬
‫'אמן' איז כולל אין זיין גימטריה )‪ (91‬דעם שם אזוי ווי מ'שרייבט‬
‫עס )הוי"ה=‪ (26‬און אזוי ווי מ'זאגט עס )אדנ‪-‬י=‪ ,(65‬אנדערשט פון‬
‫דער וואס זאגט די ברכה וואס ער דערמאנט דעם אויבערשטנ'ס‬
‫נאמען נאר אזוי ווי מ'זאגט עס )אדנ‪-‬י(‪.‬‬
‫בויען לשם שמים‬
‫אוֹת‪ֵ ‬את ַתּ ְבנִ ית ַה ִמּ ְשׁכָּ ן וְ ֵאת ַתּ ְבנִ ית כָּ ל‬
‫"כְּ כֹל ֲא ֶשׁר ֲאנִ י ַמ ְר ֶאה ְ‬
‫כֵּ ָליו וְ כֵ ן ַתּ ֲעשׂוּ" )כה ט(‬
‫האט געזאגט רבי דוד הקשר זצ"ל פון די ראשי ישיבה אין‬
‫ישיבת קול תורה‪:‬‬
‫פון דעם פסוק קענען מיר זיך לערנען ווי חשוב איז דאס‬
‫צוגרייטן א פלאץ פאר תורה און תפילה מיט א ספעציעלע‬
‫קדושה וטהרה‪ ,‬שוין ביים בויען‪ ,‬ווייל אויב נישט‪ ,‬פארוואס‬
‫האט די תורה געשריבן די וועג פון בויען דעם משכן און זיינע‬
‫כלים מיט אלע פיטשעווקעס‪.‬‬
‫מיט דעם קען מען פארשטיין וואס מ'זאגט נאך אין נאמען‬
‫פונעם גר"א )'מעלות התורה' מאמרי ר"א אות יג( אז די וואס בויען‬
‫א שוהל פון שטיינער‪ ,‬איז ראוי אז זיי זאלן עס אויסהאקן‬
‫בקדושה לשם שמים‪ ,‬און אזוי וועלן זיי זיין פארזיכערט אז‬
‫אלע תפילות וואס מ'וועט דארטן דאווענען וועט זיין מיט‬
‫כוונה‪ .‬ווייל אויך ביי די ווערטער פון דאווענען איז פארהאן א‬
‫קדושה וואס דארף אפהאלטן מחשבות זרות און היסח הדעת‪,‬‬
‫פון דעסוועגן נאר ביי אזא פלאץ וואס איז געבויעט געווארן‬
‫בקדושה קען די קדושה פארווירקליכט ווערן מן הכח אל‬
‫הפועל‪.‬‬
‫'שירת דוד' מאמרים עמ' קח‬
‫אינזין האבן דעם קודש הקדשים‬
‫"וְ נָ ַת ָתּ ֶאל ָה ָארֹן ֵאת ָה ֵע ֻדת ֲא ֶשׁר ֶא ֵתּן ֵא ֶלי‪) "‬כה טז(‬
‫זאגט דער גאון רבי משה שטערנבוך שליט"א‪:‬‬
‫עס איז באקאנט אז אויך נאכן חורבן בית המקדש‪ ,‬איז נאך‬
‫אלץ געבליבן דער קודש הקדשים מיט זיין קדושה‪ ,‬אזוי ווי‬
‫דער רמב"ם )בית הבחירה ד א( שרייבט‪" :‬ווען שלמה המלך האט‬
‫געבויעט דעם בית המקדש און האט געוואוסט אז אין ענדע‬
‫וועט עס חרוב ווערן‪ ,‬האט ער געבויעט אונטן א באהאלטענעם‬
‫פלאץ מיט געדרייטע וועגן אנצוקומען אהין‪ ,‬ווי דארט וועט‬
‫מען באהאלטן דעם ארון‪ ,‬און דער קעניג יאשיהו האט פארן‬
‫גיין אין גלות באפוילן מ'זאל עס באהאלטן אין די פלאץ וואס‬
‫שלמה האט צוגעגרייט"‪ .‬דאס איז דער יסוד פון די הלכה אין‬
‫אמן נאכן בענטשן‬
‫ית לּוֹ ַא ְר ַבּע ַט ְבּעֹת זָ ָהב" )כה כו(‬
‫"וְ ָע ִשׂ ָ‬
‫דער רבנו בחיי שרייבט אז דאס ווארט "זָ ָהב" איז ראשי‬
‫תיבות פון די דריי ערשטע ברכות ביים בענטשן וואס‬
‫זענען מדאורייתא‪ :‬הזן‪ ,‬הארץ און בונה ירושלים‪.‬‬
‫בדרך רמז קען מען צולייגן אויף דעם אז די ווארט‬
‫ַ'א ְר ַבּע' איז בגימטריה דריי מאל 'אמן' )‪ ,(273‬פון דא איז‬
‫א רמז אויף דעם פסק פונעם 'פרי מגדים' )או"ח רטו בא"א‬
‫י( אז אזוי ווי די דריי ברכות זענען מן התורה‪ ,‬אזוי אויך‬
‫דאס ענטפערן אמן אויף די דריי ברכות איז א מצות‬
‫עשה מן התורה‪.‬‬
‫'ציצים ופרחים' פרשת האזינו‬
‫'שלחן ערוך' )או"ח צד א( אז אויך אין אונזערע צייטן דארף מען‬
‫אינזין האבן ביים דאווענען אקעגן ירושלים‪ ,‬אקעגן דעם בית‬
‫המקדש און אקעגן דעם קודש הקדשים‪.‬‬
‫אבער לויט דעם איז אינטערסאנט פארוואס כלל ישראל זענען‬
‫מקפיד אינזין צו האבן ביים דאווענען נאר אקעגן ירושלים און‬
‫נישט אקעגן קודש הקדשים‪ ,‬און עס איז נישט קיין ספק אז‬
‫דאס איז א גרויסע סגולה פאר יעדן וואס וויל אז זיין תפילה‬
‫זאל אנגענומען ווערן‪ ,‬ער זאל אכטונג געבן אויך אינזין האבן‬
‫ביים דאווענען אקעגן דעם קודש הקדשים‪ ,‬אזוי ווי ס'איז‬
‫גע'פסק'נט אין שולחן ערוך‪.‬‬
‫'חכמה ודעת'‬
‫דאווענען אין די פלאץ וואו מ'לערנט‬
‫"וְ ָהיוּ ַהכְּ ֻר ִבים פּ ְֹר ֵשׂי כְ נָ ַפיִ ם ְל ַמ ְע ָלה סֹכְ כִ ים ְבּכַ נְ ֵפ ֶיהם ַעל ַהכַּ פּ ֶֹרת"‬
‫)כה כ(‬
‫זאגט אויף דעם רבי שלמה פון באבוב‪:‬‬
‫די כרובים וואס האבן אויסגעשפרייט זייערע פליגלען‬
‫סימבאלעזירט דאס דאווענען‬
‫א(‪ .‬מיט דעם וואס די תורה האט באשטימט די פלאץ פון די‬
‫כרובים העכער דעם ארון‪ ,‬האט די תורה פאר אונז מרמז געווען‬
‫אז ס'איז א גרויסע סגולה אז די תפילה זאל ווערן אנגענומען‬
‫ווען מ'דאוונט אין א פלאץ וואו מ'לערנט דארט תורה‪ ,‬אזוי ווי‬
‫ס'ווערט געברענגט אין גמרא )ברכות ח א( אויף רב אמי און רב‬
‫אסי‪ ,‬וואס טראץ וואס אין די שטאט טבריה זענען געווען דרייצן‬
‫שוהלן‪ ,‬האבן זיי מקפיד געווען צו דאווענען דווקא אין דעם‬
‫פלאץ וואו זיי האבן געלערנט‪.‬‬
‫'ילקוט כרם שלמה' ח"ג עמ' עא‬
‫)זוהר ‪ -‬רעיא מהימנא‪ ,‬פנחס רלד‬
‫פיר יסודות אין עבודת התפילה‬
‫"וְ ָהיוּ ַהכְּ ֻר ִבים פּ ְֹר ֵשׂי כְ נָ ַפיִ ם ְל ַמ ְע ָלה סֹכְ כִ ים ְבּכַ נְ ֵפ ֶיהם ַעל ַהכַּ פּ ֶֹרת‬
‫יהם ִאישׁ ֶאל ָא ִחיו" )שם(‬
‫ְוּפנֵ ֶ‬
‫פיר חשובע יסודות אין עבודת התפילה האט רבי אליהו‬
‫מוויסקיט פון די תלמידים פונעם שרף פון קאצק‬
‫ארויסגעלערנט פון דעם פסוק‪:‬‬
‫א‪" .‬וְ ָהיוּ ַהכְּ ֻר ִבים פּ ְֹר ֵשׂי כְ נָ ַפיִ ם"‪' ,‬כרובים' מיינט א 'נער'‬
‫)'אונקלוס'(‪ ,‬דער מענטש דארף זיך האלטן ווי א יונג קינד וואס‬
‫האט נישט קיין אייגענע פארשטאנד אויב דער אויבעשטער‬
‫וועט אים נישט באלייכטן זיין וועג‪ ,‬און נאר אויב ער וועט אזוי‬
‫האלטן‪ ,‬קען ער אויסשפרייטן זיינע הענט ביים דאווענען צו‬
‫השי"ת‪.‬‬
‫ב‪" .‬סֹכְ כִ ים ְבּכַ נְ ֵפ ֶיהם ַעל ַהכַּ פּ ֶֹרת" ‪' -‬כפרת' איז פון די לשון‬
‫אפווישן און רייניגן די שמוץ )רש"י בראשית לב כא(‪ ,‬אונז צו‬
‫לערנען אז דער עיקר פון די תפילה דארף זיין אויף א ריינע‬
‫הארץ‪ ,‬אזוי ווי די תפילה פון דוד המלך עליו השלום וואס האט‬
‫רוּח נָ כוֹן ַח ֵדּשׁ ְבּ ִק ְר ִבּי"‬
‫‪‬הים וְ ַ‬
‫"לב ָטהוֹר ְבּ ָרא ִלי ֱא ִ‬
‫געבעהטן‪ֵ :‬‬
‫)תהלים נא יב(‪.‬‬
‫"וּפנֵ ֶיהם ִאישׁ ֶאל ָא ִחיו" – יעדעס מאל ווען א מענטש טוהט‬
‫ג‪ְ .‬‬
‫זיך ווענדן צום באשעפער און דאוונט אויף זיינע באדערפענישן‪,‬‬
‫דארף ער געדענקען צו בעהטן אויך אויף זיין חבר‪ ,‬און חז"ל‬
‫האבן שוין צוגעזאגט‪" :‬כל המבקש רחמים על חבירו והוא צריך‬
‫לאותו דבר‪ ,‬הוא נענה תחילה"‪.‬‬
‫ד‪ .‬די פלאץ פון די כרובים‪ ,‬איז געווען העכער דעם ארון‪ ,‬צו‬
‫לערנען פון דעם אז די הצלחה אין תורה איז אנגעהאנגען‬
‫אין תפילה‪ .‬און ווי מער דער מענטש וועט בעהטן פון זיין‬
‫באשעפער‪" :‬והאר עינינו בתורתך"‪ ,‬וועט ער אזוי זוכה זיין‬
‫אז זיינע אויגן וועלן אים ליכטיג ווערן און זיין הארץ וועט‬
‫פארשטיין די הייליגע תורה‪.‬‬
‫'אזור אליהו'‬
‫לויבן בשמחה אויך אויף די שלעכט'ס‬
‫"מ ְק ִבּי‪‬ת ַה ֻלּ ָלאֹת ִא ָשּׁה ֶאל ֲאח ָֹתהּ" )כו ה(‬
‫ַ‬
‫פון דער פסוק קענען מיר האבן א רמז אויף די מימרא וואס‬
‫ווערט דערמאנט אין די משנה )ברכות נד א(‪" :‬חייב אדם לברך‬
‫על הרעה כשם שמברך על הטובה"‪" ,‬זאגט אויף דעם רבא‪ :‬די‬
‫משנה מיינט צוזאגן אז מ'דארף עס אננעמען בשמחה" )שם ס ב(‪.‬‬
‫"מ ְק ִבּי‪‬ת ַה ֻלּ ָלאֹת" – די צוויי‬
‫און דאס איז מרומז דא אין פסוק‪ַ :‬‬
‫הלל'ס‪ ,‬סיי ווען מ'לויבט אויף גוט'ס און סיי ווען מ'לויבט אויף‬
‫שלעכט'ס‪ ,‬דארף עס זיין אייניג‪ ,‬אויפן זעלבן וועג ‪ -‬בשמחה‪.‬‬
‫זונטאג ז' אדר )תקפ"א(‬
‫בעל היסורים‪ ,‬הרב ה וועט אויסקומען דער יומא‬
‫דה‬
‫ילו‬
‫לא‬
‫פון‬
‫ד‬
‫ער‬
‫ו‬
‫וא‬
‫ונד‬
‫ערליכער צדיק‪,‬‬
‫קדוש רבי יצחק א‬
‫ייזיק פון קאלוב זי"ע‪ ,‬א‬
‫אין די‬
‫ויף אים ווערט דערציילט‪:‬‬
‫ערשטע תקופה פון זיין רבנ‬
‫ות אין די שטאט קאל‬
‫ת‬
‫למוד תורה פאר די תינוקות של בית רבן‪ .‬און פון יענ וב‪ ,‬האט ער אויפגעעפענט א‬
‫עם‬
‫מ‬
‫ט‬
‫טר‬
‫אג‬
‫יח‬
‫ג‬
‫און‬
‫ווייטער‪ ,‬האט ער זיך‬
‫די ב עווען יעדן אינדערפריה און‬
‫איז‬
‫ג‬
‫עג‬
‫אנג‬
‫ען‬
‫צו‬
‫די‬
‫ת‬
‫למ‬
‫רכות השחר וואס די‬
‫וד תורה און צוגעהערט צו‬
‫יונגע קינדער האבן געזאגט‬
‫און‬
‫ה‬
‫אט‬
‫ג‬
‫עע‬
‫נט‬
‫פע‬
‫רט‬
‫או‬
‫יף זיי אמן‪.‬‬
‫'ימי זכרון' ז' אדר‬
‫ברכות השחר בחברותא – צו גלייבן יעדן אינדערפריה פון ניי‪.‬‬
‫'גאולת ישראל' עמ' כו‬
‫ﬦ‬
‫תענה אמוניﬦ‬
‫תע‬
‫א בבליק לויטן סדר פון דאווענען‬
‫ען‬
‫ברכות קריאת שמע – זיבן ברכות יעדן טאג‬
‫מן התורה איז פארהאן א מצות עשה צו ליינען קריאת שמע יעדן טאג‪ ,‬ביינאכט‬
‫און אינדערפריה‪ ,‬אזוי ווי עס שטייט )דברים ו ו‪-‬ז(‪" :‬וְ ָהיוּ ַה ְדּ ָב ִרים ָה ֵא ֶלּה‪ ...‬וְ ִד ַבּ ְר ָתּ‬
‫קוּמ‪" - "‬אין די צייט וואס מענטשן לייגן זיך און אין די צייט וואס‬
‫ָבּם‪ְ ...‬וּב ָשׁכְ ְבּ‪ְ ‬וּב ֶ‬
‫מענטשן שטייען אויף" )ברכות י ב(‪.‬‬
‫צו די מצוה פון ליינען קריאת שמע האבן די חכמים מתקן געווען אויף דעם זיבן‬
‫ברכות‪ ,‬דאס זענען די ברכות וואס מיר זאגן ביים דאווענען‪ ,‬בעפאר קריאת‪-‬שמע‬
‫און נאכדעם‪ ,‬אזוי ווי עס ווערט ערקלערט אין דער לשון פון די משנה )ברכות יא‬
‫א(‪" :‬בשחר מברך שתים לפניה ואחת לאחריה‪ ,‬ובערב מברך שתים לפניה ושתים‬
‫לאחריה"‪.‬‬
‫אויף די זיבן ברכות )דריי ברכות פון אינדערפריה און פיר ברכות פון ביינאכט( האבן חז"ל‬
‫"שׁ ַבע ַבּיּוֹם‬
‫)ירושלמי ברכות א ה( צוגעשטעלט דעם פסוק אין תהלים )קיט קסד(‪ֶ :‬‬
‫ִה ַלּ ְל ִתּי‪ַ ‬על ִמ ְשׁ ְפּ ֵטי ִצ ְד ֶק‪ ,"‬ד‪.‬מ‪ .‬אז זיבן מאל אין טאג לויבט מען דעם אויבערשטן‪,‬‬
‫'משפטי צדקך' איז קריאת שמע וואס איז א טייל פון די תורה )רש"י תהלים שם(‪.‬‬
‫ס'איז פארהאן וואס האבן צוגעלייגט און מפרש געווען אז ביי די דריי פרשיות פון‬
‫קריאת שמע זענען געשריבן זיבן מצוות ‪' -‬משפטי צדקך'‪ :‬תפילין של יד‪ ,‬תפילין‬
‫של ראש‪ ,‬מזוזה און די פיר ציציות‪ ,‬דעריבער האט מען מתקן צו זאגן זיבן ברכות‬
‫צו לויבן אויף די זיבן מצוות )ב"ח או"ח רלו א(‪.‬‬
‫דער 'שפת אמת' )מטות תרל"ח( שרייבט אז 'שבע' איז פון לשון שבועה‪ ,‬ווייל מיטן‬
‫זאגן די זיבן ברכות איז דער מענטש מקבל אויף זיך מיט א שבועה צו מקיים זיין‬
‫די מצוות פון באשעפער און מיט דעם באנייט ער די שבועה וואס ער איז שוין‬
‫באשוואוירן געווארן זייענדיג ביים בארג סיני‪ ,‬און דאס קען צוברענגען אז זיין זעהל‬
‫זאל דערנענטערט ווערן צום באשעפער‪.‬‬
‫דריי בייטאג און פיר ביינאכט‬
‫דער טעם פארוואס מ'האט צוטיילט די זיבן ברכות דריי אויף בייטאג און פיר אויף‬
‫ביינאכט זאגן חז"ל )ירושלמי שם ע"פ מאירי ברכות שם( אז ס'איז געבויעט אויפן פסוק‬
‫יוֹמם וָ ַליְ ָלה"‪ ,‬פון דעם לערנען מיר אז "דאס זאגן‬
‫אין ספר יהושע )א ח(‪" :‬וְ ָהגִ ָית בּוֹ ָ‬
‫פון בייטאג און ביינאכט דארפן זיין גלייך"‪ ,‬דעריבער בייטאג וואס מיר זאגן דריי‬
‫פרשיות ביי קריאת שמע )שמע‪' ,‬והיה' און די פרשה פון ציצית( לייגן מיר צו דריי ברכות‬
‫כדי אז אינאיינעם זאלן זיי זיין זעקס פרשיות‪ ,‬און ביינאכט וואס אין זייערע צייטן‬
‫האט מען נישט געזאגט די פרשה פון ציצית‪ ,‬האט מען צוגעלייגט פיר ברכות כדי‬
‫אז דעמאלטס זאלן מען אויך זאגן זעקס פרשיות‪.‬‬
‫נאך א ערקלערונג אויף דעם שרייבט דער 'לבוש' )סי' נח(‪ :‬לויט די תורה איז די‬
‫נאכט פריער פון דער טאג‪ ,‬אזוי ווי עס שטייט ביי בריאת העולם‪" :‬וַ יְ ִהי ֶע ֶרב וַ יְ ִהי‬
‫ב ֶֹקר"‪ ,‬איז צוליב דער דין פון 'זריזין מקדימין למצוות' )פסחים ד א( האבן די חכמים‬
‫קובע געווען צו זאגן ביינאכט רוב )פיר( פון די זיבן‪ ,‬און די איבעריגע האט מען‬
‫איבערגעלאזט אויף אינדערפריה‪.‬‬
‫דא איז דאס פלאץ צו אנצייכענען אז כאטש וואס די ברכות האבן מען מתקן געווען‬
‫ווי א חלק פון די מצוה פון קריאת שמע‪ ,‬פון דעסוועגן זענען זיי נישט ווי די‬
‫אנדערע ברכות המצוות וואס זענען א לויב אויף די עצם מצוה‪ ,‬נאר יעדע ברכה‬
‫האט א עקסטערע באדייט פאר זיך; די ברכה 'יוצר אור' אויף דער בריאה פון 'טאג'‪,‬‬
‫די ברכה 'אהבה רבה' אויף לערנען תורה‪ ,‬און אזוי אויך די אנדערע ברכות אזוי ווי‬
‫מיר וועלן זיי ערקלערן בס"ד אין די קומענדיגע ארטיקלען‪ ,‬נאר ווי אויבנדערמאנט‪,‬‬
‫האבן די חכמים עס אוועק געשטעלט בעפאר און נאך די מצוה פון קריאת שמע‪.‬‬
‫'ברכות קריאת שמע'‬
‫ברוך שעשה לי נס במקום 'פון ענטפערן אמן'‬
‫דער רירנדע בריוו וואס איז פאר ענק איז לעצטנס אנגעקומען צו די אפיס פון די ארגאניזאציע געשריבן‬
‫דורך א טייערער איד וואס אין לויף פון א לאנגע תקופה האט ער זוכה געווען צו דינען אלץ א 'גבאי אמן'‬
‫אין די שוהל וואו ער האט געדאוונט‪ ,‬דא האבן ענק די בריוו‪ ,‬מיט קליינע ענדערונגען‪.‬‬
‫לכבוד די ארגאניזאציע 'בני אמונים' צו מחזק זיין דאס‬
‫ענטפערן אמן‬
‫נאכן אייך באגריסן ווי עס פאסט זיך‬
‫פאר ארום צוויי יאר זענען ענק ארויס מיט א רוף צום‬
‫ציבור זיך אנשליסן אין דעם איבערקערעניש פון 'בני‬
‫אמונים' אין דער וועלט‪ ,‬צו זיין א 'גבאי אמן' אין די‬
‫שוהלן‪.‬‬
‫וויבאלד די נושא פון ענטפערן 'אמן' איז געווען זייער‬
‫נאנט צו מיין הארץ שוין פון יארן צוריק‪ ,‬האט מיין אויג‬
‫אויפגעכאפט די מעלדונג וואס ענק האבן צושפרייט‬
‫און האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט‪ ,‬איך האב זיך‬
‫פארבינדן צו די אפיס פון די ארגאניזאציע און פון די‬
‫אנדערע זייט האט מיר געענטפערט א ליבליכער איד‬
‫וואס אויף מיין פראגע האט ער מיר ערקלערט מיין‬
‫אויפגאבע; דו דארפסט זיך אוועק שטעלן אין די שוהל‬
‫וואו דו דאוונסט און איידעלערהייט פראבירן אנטראגן‬
‫פאר די מתפללים דארטן זיי זאלן צוהערן צו די ברכות‬
‫און ענטפערן אמן‪.‬‬
‫די שמועס האט זיך געענדיגט מיט מיין ענטפער אז איך‬
‫וועל אריינטראכטן אין דעם‪ .‬אין יענע צייט זענען מיינע‬
‫פארמיטאגס שעה'ן געווען גאנץ ליידיג‪ ,‬און די געדאנק‬
‫זיי צו אנפילן מיט אזעלעכע טייערע טויזנטער מצוות‬
‫איז מיר זייער געפעהלן‪.‬‬
‫אויפצומארגנ'ס האב איך זיך נאכאמאל פארבינדן כדי‬
‫צו באשטעטיגן מיין ווילן‪ ,‬אין א קורצע צייט דערויף‬
‫איז אנגעקומען צו מיר א שליח מיט פול מאטעריאל‬
‫איבער די נושא‪ ,‬קארטל'ך און נאך‪ ,‬און דעם קומענדיגן‬
‫אינדערפריה בין איך אויפגעשטאנען פריה צו דאווענען‬
‫ותיקין‪ ,‬און באלד נאכדעם האב איך זיך אוועק‬
‫געשטעלט אויף מיין נייע אמט‪.‬‬
‫אזוי ווי יעדע נייע זאך‪ ,‬אין אנהויב האבן די מתפללים‬
‫זיך אביסל צוריק געצויגן פון דעם‪ ,‬איך האב זיך משתדל‬
‫געווען צו ערקלערן פאר יעדן איינעם שיינערהייט דעם‬
‫גאנצן ענין‪ ,‬און דאס וואס איך בין געווען ארויפגעקוקט‬
‫אין מיין קהילה האט צוגעגעבן אז ביז עטליכע טעג ביז‬
‫איך שוין געווען אנגעפיהלט מיט ארבעט‪.‬‬
‫אזוי‪ ,‬אין לויף פון א לאנגע תקופה‪ ,‬האב איך יעדן‬
‫אינדערפריה אוועק געגעבן עטליכע שעה'ן פאר די‬
‫מצוה‪ ,‬ווען איך שפיר א געוואלדיגע צופרידנהייט פון‬
‫די גרויסע זיכוי הרבים וואס איז צוגעפאלן צו מיר‪ .‬אויך‬
‫דער ציבור האט מיר ארום גענומען מיט א שעצונג‬
‫און א דאנק‪ ,‬אסאך פון זיי האבן מיר פארציילט אז‬
‫שוין פון לאנג האבן זיי געוואלט מקפיד זיין צו זאגן‬
‫די ברכות השחר ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬נאר די בושה‬
‫האט זיי אפגעהאלטן‪ ,‬און יעצט פילן זיי א געפיהל פון‬
‫צופרידנהייט‪.‬‬
‫איך וואלט געקענט ווייטער פארזעצן אויף דעם וועג‬
‫נאך אסאך צייט‪ ,‬אבער צוליב געוויסע סיבות‪ ,‬נאך ארום‬
‫א יאר האב איך געמוזט פארלאזן דאס פלאץ און זיך‬
‫אריבערציעהן צו א אנדערע שטאט וואס פאר מיר איז‬
‫עס געווען אינגאנצן פרעמד‪ .‬כאטש וואס פאר מיר‬
‫אליין האב איך ווייטער פארגעזעצט צו זאגן די ברכות‬
‫השחר מיט א חברותא אויך ביי די נייע פלאץ וואו איך‬
‫האב געוואוינט‪ ,‬האט מיר אין הארץ וויי געטוהן אויף‬
‫דעם גרויסן שאדן פון מזכה זיין דעם רבים‪.‬‬
‫אין די נייע שטאט וואו איך האב זיך באזעצט האב‬
‫איך געעפענט א געוויסע געשעפט וואס לויט אלע‬
‫אויסזוכטן וואס עס געדארפט זיין מיט א געוואלדיגע‬
‫הצלחה‪ ,‬דאס איז געווען א אייגנגארטיגן גאטונג וואס‬
‫עטליכע פון מיין משפחה האבן שוין געהאנדלט מיט‬
‫דעם‪ ,‬און איך האב געהאט גענוג גוטע חשבונות אז איך‬
‫וועל אויך מצליח זיין אין דעם געביט‪.‬‬
‫אבער אזוי ווי עס שטייט 'רבות מחשבות בלב איש‬
‫ועצת ה' היא תקום'‪ ,‬ווי מער צייט ס'איז אריבער האב‬
‫איך אנגעהויבן צו זעהן קלאר אז נישט אייביג גייט עס‬
‫אזוי ווי מ'טראכט‪ .‬דער געשעפט האט זיך אנגעשטויסן‬
‫אין אומגעראכטענע שוועריקייטן כמעט פון דעם‬
‫טאג וואס מ'האט עס געעפענט‪ ,‬זייער ווייניג קליענטן‬
‫זענען אריין געקומען און די פארדינסטן וואס איך האב‬
‫געטראכט צו פארדינען זענען געבליבן ווי א חלום‪.‬‬
‫איך האב נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טוהן‪ ,‬איך‬
‫האב געהאפט אז עס איז נאר צייטווייליגע שוועריקייטן‬
‫וואס גייען אדורך‪ ,‬און זייער שנעל וועט מיר אנהויבן‬
‫צו שיינען די הצלחה‪ ,‬אבער פון טאג צו טאג האב איך‬
‫אנגעהויבן צו ווערן מער און מער צובראכן‪.‬‬
‫דאס איז געווען אין איינע פון די נעכט‪ .‬מיין ברודער זאל‬
‫זיין געזונט האט חתונה געמאכט אין ירושלים זיין זוהן‬
‫און צוליב דעם האב איך זיך געטראפן אין א שפעטע‬
‫נאכמיטאג שעה שטיין ביים טיר פון די שוהל וואו איך‬
‫האב געדאוונט אין לויף פון יארן‪ ,‬און איך פראביר צו‬
‫טרעפן א 'צענטער' צו מנחה‪.‬‬
‫איך האב זיך געפריידט אז מיינע שכנים האבן נישט‬
‫פארגעסן פון מיר‪ ,‬אלע האבן געשאקלט זיינע הענט‬
‫מיך צו באגריסן און זיך אינטערעסירט אין מיין פרידן‬
‫און אין מיין נייע ביזנעס‪ ...‬איך האב זיך משתדל געווען‬
‫צו ווייזן א פריינדלעך פנים פאר יעדן‪ ,‬כאטש אין הארץ‬
‫האב איך געפיהלט ווי די ווייטאג רייסט מיר ביים הארץ‪.‬‬
‫באמת‪ ...‬וויאזוי גייט די געשעפט?!‬
‫איך האב געהאלטן ביים ארויס גיין פון דארטן צו די‬
‫ריכטונג פון דעם זאל וואו דארט האט געדארפט‬
‫פארקומען די חופה נאך א קורצע צייט‪ ,‬אבער‬
‫דעמאלטס האב איך באגעגענט איינעם פון מיינע‬
‫גוטע פריינד‪ ,‬וואס נאך עטליכע ווערטער פון זיך‬
‫אינטערעסירן אין מיין פרידן האט ער מיר געזאגט‪:‬‬
‫"דו זאלסט וויסן אז ביי מיר אין הארץ האב איך א‬
‫ווארעמע ווינקל פאר דיר אויף דעם וואס דו האסט יעדן‬
‫טאג אינדערפריה צוגעהערט מיינע ברכות און האסט‬
‫געענטפערט אמן נאך מיר‪ ,‬פון ווען דו האסט פארלאזט‬
‫אונזער שטאט האב איך באשלאסן צו פארזעצן דער‬
‫מנהג מיט א חברותא‪ ,‬אבער דער קרעדיט קומט פאר‬
‫דיר"‬
‫איך האב זיך געפריידט צו הערן די קאמפלימענט‪ ,‬איך‬
‫האב זיך דערמאנט אין גוטע געפיהל וואס איך האב‬
‫געהאט אין יענע אומפארגעסענע תקופה ווען אין אזא‬
‫קליינע מיה האב איך זוכה געווען צו זאמלען אזויפיל‬
‫מצוות‪ ,‬און דעמאלטס איז פלוצלינג אדורך אין מיין‬
‫הארץ א מחשבה‪ ,‬איך דארף דאך אזוי שטארק צוקומען‬
‫צו א ישועה‪ ,‬פארוואס זאל זיך נישט אויסנוצן די‬
‫געלעגנהייט און דאווענען אויף דעם?!‬
‫פאר די מתפללים וואס זענען אנגעקומען אין די‬
‫קומענדיגע מינוטן האט אפגעווארט א אינטערסאנטן‬
‫בילד‪ ,‬ביי די אריינגאנג פון שוהל‪ ,‬אויף די פלאץ וואו‬
‫איך בין געשטאנען יעדן אינדערפריה אין לויף פון‬
‫יענע תקופה וואס איך בין געווען א 'גבאי אמן'‪ ,‬בין‬
‫איך געשטאנען אין די זייט ווען א תהלים'ל איז אין‬
‫מיינע הענט‪ ,‬איך בעהט א קאכעדיגע תפילה צום‬
‫דערבארעמדיגער טאטע אין הימל אז ער זאל עפענען‬
‫פאר מיר די שערי הצלחה‪ ,‬ער זאל מיך באלייכטן מיין‬
‫וועג און מיך ארויסנעמען מאפילה לאורה‪ .‬ווען די‬
‫טרערן רינען פון מיינע אויגן האב איך זיך געבעהטן‬
‫אז אין זכות פון די אסאך 'אמנים' וואס איך האב זוכה‬
‫געווען צו ענטפערן דא אויף דעם פלאץ זאל מיר דער‬
‫אויבעשטער צושיקן א גוטע און ברייטע פרנסה‪ ,‬און‬
‫נושא חן זיין אין די אויגן פון מענטשן און צו סייעתא‬
‫דשמיא‪.‬‬
‫די פארזעצונג‪ ,‬וואס זאל איך ענק זאגן‪ ,‬איז געווען‬
‫העכער אלע ערווארטונגען‪ ,‬אין די צוויי וואכן וואס‬
‫זענען אדורך פון דעמאלטס האט זיך איבערגעדרייט‬
‫דאס רעדל אויף מיר לטובה‪ .‬פלוצלינג האבן מענטשן‬
‫זיך אנגעהויבן צו אינטערעסירן אין מיין נייע ביזנעס‪,‬‬
‫און אזוי האב איך מצליח געווען מיטן אויבערשטנ'ס‬
‫הילף צו פארדינען א שיינע סומע וואס מיט דעם האב‬
‫איך אויך געקענט אפווישן רוב פון די חובות וואס האבן‬
‫זיך אנגעזאמלט אין די לעצטע חדשים‪.‬‬
‫איך האב געזעהן אין דעם א אפענעם נס‪ ,‬ווי כאילו‬
‫מ'ווייזט מיר פון הימל; האסט געטוהן פאר כבוד שמים‪,‬‬
‫האסטו יעצט זוכה געווען צו סייעתא דשמיא‪.‬‬
‫און אויב אנכי הקטן האב זוכה געווען צו אזא גרויסע‬
‫ישועה אין זכות וואס איך האב מזכה געווען דעם רבים‬
‫צו ענטפערן אמן‪ ,‬איז דאך אוודאי און אוודאי ענק‪,‬‬
‫'בני אמונים'‪ ,‬וואס ענק זענען פאראנטווארטליך אויף‬
‫די געוואלדיגע איבערקערעניש וואס איז געווארן אין‬
‫די לעצטע יארן אין די מצוה‪ ,‬איז זיכער אז ענק וועלן‬
‫זוכה זיין צו נסים ונפלאות‪ ,‬ואך טוב וחסד ירדפוכם כל‬
‫הימים‪ .‬אמן‪.‬‬
‫בברכה און מיט גרויסע הערע‬
‫ד‪ .‬מ‪ .‬ב‪.‬‬
‫א אמאליגער 'גבאי אמן'‬
‫"בני אמונים" ת‪.‬ד‪ 102 .‬בני ברק | פקס‪ | 08-9746102 .‬מייל‪ | 9139191@gmail.com .‬ניתן לקבל עלון זה במייל מידי שבוע‬
‫‪ shay‬עיצובים‬
‫כאטש וואס ווי אויבנדערמאנט זענען די ברכות נישט קיין ברכת המצוות‪ ,‬אבער‬
‫ווייל די ברכות זענען ווי א 'הכנה' צו די מצוה פון קריאת שמע ווערן זיי אנגערופן‬
‫'ברכות קריאת שמע'‪ .‬און אזוי ערקלערט דאס דער בעל התניא )ליקו"א מט( ווען ער‬
‫רעדט איבער די ברכות וואס זענען בעפאר קריאת שמע של שחרית‪:‬‬
‫ווייל די עיקר פון די מצוה פון קריאת שמע איז דער פסוק‪" :‬ואהבת את ה' אלוקיך‬
‫בכל לבבך"‪ ,‬צוליב דעם זאגט מען פריער די ברכה 'יוצר אור' וואס אין איר ברענגען‬
‫מיר ארויס דעם אויבערשטנ'ס גרויסקייט‪ ,‬ווען מיר שילדערן די סדר וויאזוי די‬
‫מלאכים וואס זענען אזוי דערהויבן זאגן קדוש און זיי לויבן זייער באשעפער‪.‬‬
‫נאכדעם זאגן מיר די ברכה 'אהבה רבה אהבתנו'; טראץ די גרויסקייט פון די‬
‫מלאכים וויאזוי זיי טוהן דעם אויבערשטנ'ס ווילן באימה וביראה אויף א הויכע‬
‫מדריגה‪ ,‬פון דעסוועגן האט ער אונז אויסדערוועלט כדי צו מאכן רועהן זיין שכינה‬
‫צווישן אונז‪ ,‬און דורך דעם טוהן מיר אמת'דיג דערגרייכן די מצוה פון 'ואהבת את‬
‫ה' אלוקיך'‪.‬‬
‫נאך א טעם אויף דעם האט געזאגט 'דער אלטער פון סלאבאדקא'‪ :‬כדי מיר זאלן‬
‫קענען ליינען קריאת שמע ווי עס דארף צו זיין ‪" -‬בכוונה‪ ,‬באימה‪ ,‬ביראה‪ ,‬ברתת‬
‫וזיע" )שו"ע או"ח סא א(‪ ,‬דארפן מיר פון פריער זיך מתבונן זיין אין גדלות הבורא‪" ,‬יוצר‬
‫אור ובורא חושך‪ ...‬פועל גבורות‪ ,‬עושה חדשות בעל מלחמות" וכו'‪ ,‬די התבוננות‬
‫וועט ערוועקן אין אונזער הארץ אהבת ה'‪ ,‬און אזוי וועלן מיר נאכדעם קענען ליינען‬
‫קריאת שמע כהלכתה‪.‬‬
‫א ראיה צו דעם האט דער אלטער זצ"ל ארויסגעלערנט פון די דרשה פון חז"ל‬
‫)ילקוט שמעוני תהלים תשח( אויפן פסוק אין תהלים )כח ה(‪" :‬כִּ י ‪‬א יָ ִבינוּ ֶאל ְפּ ֻעֹּלת ה'‬
‫וְ ֶאל ַמ ֲע ֵשׂה יָ ָדיו" ‪" -‬זו קריאת שמע‪ ,‬שהן קוראין יוצר אור"‪ ,‬און די הסבר איז אזוי‪,‬‬
‫כדי צו קענען ליינען קריאת שמע דארף מען פריער מקדים זיין די ברכה 'יוצר אור'‬
‫וואס שילדערט דעם גדלות הבורא און די סיסטעם פון די הנהגה פון אונזער וועלט‪,‬‬
‫און נאך וואס מיר טוהן פארשטיין דעם אויבערשטנ'ס פעולות קענען מיר מקבל‬
‫זיין דעם עול מלכות שמים מיטן ליינען קריאת שמע )'טללי אורות'(‪.‬‬
‫אמוניﬦ‬
‫ﬦ‬
‫מעשה ני‬
‫מע‬
‫א וועכנטליכע ערציילונג‬
‫אאויף אמן און תפילה‬