געהויבענער שבת של שמחה בקהלתינו לרגל שמחת נישואי נכד כ

‫בס"ד‬
‫נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה‬
‫אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר"‬
‫געהויבענער שבת של שמחה‬
‫בקהלתינו לרגל שמחת נישואי‬
‫נכד כ"ק הגה"צ הראב"ד שליט"א‬
‫החתן בן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד קיט"ל העריסאן עוו‪– .‬‬
‫שמחת עלי' לתורה והקידושא רבא פארגעקומען ברוב‬
‫פאר והדר אין ביהמ"ד דקיט"ל העריסאן עוו‪.‬‬
‫א געהויבענער שבת של שמחה איז געפראוועט געווארן בקר ‪‪‬‬
‫ב‬
‫קהלתינו הק'‪ ,‬דער שבת עלי' לתורה החתן תמים למעלות‪ ,‬הרב‬
‫נתן שליט"א‪ ,‬בן הגה"צ רבי ברוך אברהם פרידמאן שליט"א‪ ,‬דומ"ץ‬
‫ביהמ"ד דקיט"ל העריסאן עוו‪ .‬בן כ"ק הגה"צ ראב"ד סאטמאר‬
‫שליט"א‪ ,‬חדב"נ כ"ק הגה"צ אדמו"ר מ'קיוויאשד זצ"ל‪ ,‬מיט דער‬
‫כלה המושלמת תחי' די אינגסטע טאכטער פון כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫מתולדות אהרן שליט"א‪.‬‬
‫‬בליל שבת קודש האט מען געדאווענט בבית מדרשו פונעם‬
‫זיידן כ"ק הגה"צ הראב"ד שליט"א‪ .‬בצפרא דשבתא האט מען‬
‫געדאווענט אין ביהמ"ד דקיט"ל העריסאן עוו‪ .‬וואס איז געווען‬
‫פול געפאקט מלא על כל גדותיו‪ .‬דער זיידע כ"ק הגה"צ הראב"ד‬
‫שליט"א האט פארגעדאווענט פסוקי דזמרה לפני התיבה‪,‬‬
‫פארזאגנדיג הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט א‬
‫געוואלדיגע התעוררות כדרכו בקודש‪ ,‬און דערנאך תפלת שחרית‪.‬‬
‫ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן די חשוב'ע מחותנים‬
‫וקרובי המשפחות אין שפיץ פונעם געהויבענעם זיידן הראב"ד‬
‫שליט"א‪ ,‬מיט דער עלי' פון שישי‪.‬‬
‫נאכ'ן דאווענען האבן די עסקני ביהמ"ד שיין צוגעגרייט א‬
‫הערליכער קידושא רבא ברוב פאר והדר‪ ,‬אויך איז אויפגעשטעלט‬
‫טפארמע פאר די מחותנים און זיידעס‬
‫לא ָ‬
‫געווארן א ברייטע ּפ ַ‬
‫וקרובי המשפחה‪ ,‬וואו מ'איז אריבער געבן לחיים‪ .‬עס האבן‬
‫געשטראמט הונדערטער אידן‪ ,‬דארונטער פילע רבנים ומורי‬
‫הוראה פון דער גאנצע שטאט‪ ,‬אין שפיץ פון דייני קהלתינו‬
‫מאנטאג יתרו | תשע"ב‬
‫‪10‬‬
‫שליט"א‪ ,‬וועלכע זענען געקומען אפגעבן ברכת מזל טוב פאר‬
‫הגה"צ דער דיין שליט"א‪ ,‬וועלכער איז פון די גדולי המורים בקרב‬
‫עירנו וקהלתינו המעטירה‪ ,‬און פאר מרן אביו הגדול עמוד ההוראה‬
‫כ"ק הגה"צ ראב"ד סאטמאר שליט"א‪ .‬צו סעודת רעוא דרעוין‬
‫האט מען ווידעראמאל געהאט די זכי' צו האבן דעם ראב"ד‬
‫שליט"א אין ביהמ"ד דקיט"ל העריסאן‪ .‬די פייערדיגע ה' מלך‬
‫מיט א קול חוצב האט יעדן דורכגעדרינגען די ביינער‪ ,‬דערנאך‬
‫האט דער ראב"ד שליט"א פארגעלערנט מדברי תורתו פון רבינו‬
‫הקוה"ט זי"ע אין ספה"ק דברי יואל‪.‬‬
‫■■■‬
‫'עליך יסמוכו' מעמבערשיפ‬
‫קאמפיין גייט אריין אין די סאמע‬
‫אקטיווסטע פאזעס‬
‫צענטראלע גורלות וועלן אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן‬
‫זונטאג ביינאכט פ' משפטים – כחצות הלילה‬
‫דער פיבערדיגער 'עליך יסמוכו' מעמבערשיפ קאמפיין‪ ,‬וואס‬
‫נעמט אריין אלע חברי הקהלה פון אלע בתי מדרשים דקהלתינו‬
‫הק'‪ ,‬גייט שוין אריין אין די סאמע אקטיווע פאזעס די היינטיגע‬
‫וואך‪ ,‬ווען די פעולות ווערן פארשטארקט ביז'ן מאקסימום‬
‫איינצוקאסירן די מינימאלע דמי חבר‪ ,‬מעמבער דיוס‪ ,‬פון יעדן חבר‬
‫הקהלה וואס איז חונה על דגל מחנה קהלתינו המעטירה‪ ,‬ווייל‬
‫אין בלויז איין וואך פון איצט‪ ,‬וועט מען שוין ציען אי"ה די גליקפולע‬
‫געווינער פון די צוויי פאנטאסטישע געווינסן צו די אלע וואס האבן‬
‫שוין אויסגעצאלט זייער דיוס‪.‬‬
‫אין יעדן פון אונזערע בתי מדרשים‪ ,‬צעשפרייט איבער דער‬
‫גאנצער פונאדערגעוואקסענער שטאט וויליאמסבורג‪ ,‬ווען מ'קומט‬
‫דערין אריין אין די איצטיגע טעג‪ ,‬דערקענט זיך באלד ביים‬
‫אריינקום אז עס פיבערט און קאכט זיך א לעבעדיגער קאמפיין‪.‬‬
‫די געטרייע שמשים זיצן ביי די טישלעך אויסשטאפירט מיט די‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪1‬‬
‫וויליאמסבורג‬
‫קאמפיוטערייזד סיסטעמען‪ ,‬צו‬
‫קענען זען און אריינפיטערן די‬
‫גענויע אינפארמאציע פון יעדן‬
‫צאלט‬
‫וואס‬
‫קהלה‪-‬מעמבער‬
‫גוטמוטיג אויס זיין מעמבערשיפ‪.‬‬
‫מ'זעט עס קלאר ‪ -‬באריכטן די‬
‫שמשים ‪ -‬ווי דער ציבור אנערקענט‬
‫פולקאם דעם אפטייטש פון 'קהל‬
‫עדתינו עליך יסמוכו'‪ ,‬ס'איז יעדן‬
‫אזוי קלאר און פארשטענדליך‪ ,‬אז‬
‫פון זיך אליינס קומט מען צו און‬
‫בחפץ לב צאלט מען אויס דעם‬
‫גאנצן באטראג פאר דער הייליגער‬
‫קהלה וואס עלי' יסמוכו‪.‬‬
‫אויך אין די שטאט בארא פארק פיבערט אין גרויסן‪ ,‬די‬
‫געטרייע עסקנים פון די קהלה ארבעטן איבערמידלעך אין די וואכן‪,‬‬
‫איינצוקאסירן די מעמבערשיפ פון די חברי הקהלה‪ ,‬באזונדער‬
‫דערקענט זיך די אקטיווע ארבעט אינעם אפיס דקהלתינו פון‬
‫בארא פארק‪ ,‬וואו מען זיצט רופן אויפן טעלעפאן די געטרייע‬
‫מעמבערס צו באצאלן די התחייבות הקהלה‪.‬‬
‫מהרו כי הזמן קצר!‬
‫■■■‬
‫הערליכע מסיבת מלוה מלכה‬
‫אפגעהאלטן דורך חברי חבורת‬
‫תורה ויראה מוצש"ק בשלח‬
‫העעל"ט‬
‫אין היכל הכולל שע"י ביהמ"ד הגדול‪ ,‬זענען צענדליגער אברכים‬
‫יקרים חברי חבורת תורה ויראה‪ ,‬יוצאי ישיבתינו הק' משנת‬
‫תשס"ב‪ ,‬זיך צונויפגעקומען בשבת אחים גם יחד‪ ,‬זיך מחזק זיין‬
‫אינאיינעם באהבה ואחוה וריעות אונטער א היימישע געשמאקע‬
‫רוחניות'דיגע אטמאספערע‪ ,‬אינאיינעם מיט'ן ראש החבורה‬
‫הרב הגאון רבי חיים היללער שליט"א‪ .‬א ספעציעלער דאנק איז‬
‫ארויסגעברענגט געווארן פאר די חשוב'ע גבאי החבורה האברך‬
‫היקר מו"ה זושא זעליג הי"ו‪ ,‬האברך היקר מו"ה מו"ה יואל ב"ר‬
‫חיים שלמה וויינשטאק הי"ו‪ ,‬און האברך היקר מו"ה יואל ב"ר‬
‫נפתלי הירצקא ווייס הי"ו‪ ,‬וועלכע געבן זיך אוועק על כל צעד ושעל‬
‫פאר די צרכי החבורה‪ ,‬און אויך יעצט אהערצושטעלן די מסיבת‬
‫מלוה מלכה‪.‬‬
‫עס איז צוגעשטעלט געווארן א הערליכע סעודת מלוה‬
‫מלכה‪ .‬דער מנהל החבורות הר"ר ישראל יוסף שטרויס הי"ו‬
‫האט איינגעלייטעט דעם אווענט‪ ,‬מ'האט דערביי געהערט א גאר‬
‫ווארימע דרשה פון הרה"ג רבי חיים קלמן גוטמאן שליט"א‪ ,‬ראש‬
‫חבורת שנת תשנ"ט‪ ,‬מיט זייער ווארימע דיבורים בעניני החבורת‬
‫והתאספות‪ ,‬ארויסברענגענדיג דעם תכלית און ציל פארוואס‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט די גרינדונג פון די‬
‫חבורות‪ ,‬און פארוואס יעדער תלמיד יוצא ישיבתינו הק' דארף זיין‬
‫א חבר החבורה זיך צו קענען דערהאלטן אין די שווערע זמנים‪.‬‬
‫אויך האט אויפגעטרעטן האברך היקר מו"ה זושא זעליג הי"ו‬
‫מגבאי החבורה‪ ,‬וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלד'יגן‬
‫תועלת פון זיך צוזאמענקומען בשבת אחים גם יחד‪ ,‬וואס טראץ‬
‫ס'איז שוין אריבער גאנצע צען יאר זינט מ'האט פארלאזט די‬
‫ישיבה‪-‬ווענט‪ ,‬האלט מען זיך אינאיינעם בדיבוק חברים‪ ,‬וואס איז‬
‫א געוואלד'יגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין די שווערע זמנים‪.‬‬
‫■■■‬
‫הערליכער מסיבת 'פארשפיל'‬
‫געפראוועט אין ביהמ"ד דקיט"ל‬
‫העריסאן‪ ,‬בהשתתפות כ"ק מרן‬
‫אדמו"ר שליט"א‬
‫במוצאי יום גילה האבן די מתפללי בית המדרש‪ ,‬וועלכע‬
‫זענען שטארק צוגעבונדן בעבותות אהבה צום באליבטן דומ"ץ‬
‫ביהמ"ד שליט"א‪ ,‬צוגעשטעלט א הערליכע שמחת פארשפיל‪,‬‬
‫כדי זיך מיטצופרייען מיט דער גרויסער שמחה‪ ,‬נישט קענענדיג‬
‫פערזענליך אנטיילנעמען ביי דער שמחת החתונה וואס קומט פאר‬
‫אין ירושלים עיה"ק‪.‬‬
‫די שמחה איז צוגעשטעלט געווארן היימיש און געשמאק‪,‬‬
‫באגלייט פון א הערליכן פראגראם מיט שירה וזמרה ובתופים‬
‫ובמחולות‪ .‬האברך הנעלה מוה"ר יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו‪,‬‬
‫עסקן נמרץ לכל קדשי קהלתינו ומחשובי מתפללי ביהמ"ד‪ ,‬האט‬
‫געזאגט שיינע דברי חרוזין‪ ,‬געפלאכטן מיט הערליכע געדאנקען און‬
‫וואונדערבארע רעיונות‪ ,‬ארויסצוברענגען די געפילן פון די מתפללי‬
‫ביהמ"ד‪ ,‬וועלכע שפירן זיך אזוי נאנט צום חשוב'ן דיין שליט"א פון‬
‫וועמען מ'געניסט טעגליך מאור תורתו והוראתו‪.‬‬
‫מען האט געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין הוד כ"ק מרן‬
‫רבינו שליט"א‪ ,‬וועלכער איז געקומען פערזענליך באשיינען בראש‬
‫השמחה‪ .‬הרה"ג ר' שלום הירץ שטערן שליט"א‪ ,‬ר"מ בישיבה‬
‫גדולה‪ ,‬האט אויפגעטרעטן מיט א פאסיגע דרשה בנוכחת מרן‬
‫רבינו שליט"א און דערנאך האט מרן רבינו שליט"א געווינטשן‬
‫לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין מיטן חתן און‬
‫די מחותנים‪ .‬עקסטער האט ארויסגערופן עקסטאז דער מחול‬
‫לצדיקים פון כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט הגה"צ מרן הראב"ד‬
‫שליט"א‪ ,‬ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו‪ .‬דער געהויבענער‬
‫זיידע הראב"ד שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון און די‬
‫מתפללים זענען נאך פארבליבן ביז אין די שפעטע שטונדן טאנצן‬
‫און זיך מיטפרייען בשמחת הדומ"ץ שליט"א‪.‬‬
‫■■■‬
‫אנ"ש מתפללי ביהמ"ד דקיט"ל‬
‫טרופ עוו‪ .‬פרייען זיך בשמחת בר‬
‫מצוה בן דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א‬
‫אנשי שלומינו מתפללי בית המדרש דקיט"ל טרופ עוו‪ .‬האבן‬
‫זיך מיטגעפרייט ברעותא ובחדותא מיט דער שמחה פון באליבטן‬
‫דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג רבי פנחס כ"ץ שליט"א‪ ,‬בן הגה"צ אבד"ק‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪2‬‬
‫וויליאמסבורג‬
‫קאפיש שליט"א וחתן הרה"ג אב"ד לאנדסבורג שליט"א‪ ,‬וועלכער‬
‫האט אריינגעברענגט זיין זון הבחור יניק וחכים נרו יאיר לעול‬
‫התורה והמצות‪ .‬די שמחה האט זיך אנגעהויבן שוין אום שבת‬
‫קודש ווען דער חתן הבר מצוה האט עולה געווען לתורה כנהוג‪ ,‬און‬
‫איז נמשך געווארן ביתר שאת דעם פארגאנגענעם זונטאג פ' יתרו‪,‬‬
‫ביי דער גרויסארטיגער שמחת בר מצוה אין זאל פון שמח תשמח‪,‬‬
‫וואו עס האט זיך באטייליגט א גרויסער ציבור מתפללי הביהמ"ד‬
‫ומעריצי הדומ"ץ שליט"א‪.‬‬
‫דער דיין שליט"א איז פקיע שמי' אין דער גאנצער שטאט‬
‫זייענדיג א משיב לשואלים אין אלע מקצועות הלכה ביז אין די‬
‫שפעטע נאכט שטונדן‪ ,‬ובפרט מיט זיינע אויסערגעווענליכע קלארע‬
‫שיעורי הלכה וואס ציען אימער א ריזיגן ציבור בעלי בתים‪ ,‬אברכים‬
‫ובחורי חמד וואס דערקוויקן זיך בתורת ה' תמימה משיבת נפש‪.‬‬
‫ובפרט איז ער אהוב ונערץ ביי די מתפללי ביהמ"ד דקיט"ל טרופ‬
‫עוו‪ .‬וואו ער איז עומד על משמרתו אלס דומ"ץ הביהמ"ד‪ ,‬מיט א‬
‫געוואלד'יגע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט‪ ,‬ודין גרמא אז‬
‫ביי א זמן שמחה בביתו האט דאס יעדער געשפירט ווי אן אייגענע‬
‫שמחה און מ'האט זיך מיטגעפרייט בסימן טוב ובמזל טוב‪.‬‬
‫ומשפע מצות תפילין‪.‬‬
‫■■■‬
‫קרית יואל‬
‫מעמבערשיפ קאמפיין אין פולסטן‬
‫קראפט; אנשלוס פון חברי הקהלה‬
‫שטייגט איבער פריערדיגע יארן‬
‫וואס א טאג מער עס גייט פאריבער‪ ,‬אלס העפטיגער און‬
‫שטארקער פראגרעסירט פאראויס דער אימפולסיווער‬
‫מעמבערשיפ קאמפיין‪ ,‬וואס די הנהלת הקהלה האט געלאזט אין‬
‫גאנג אין די איצטיגע וואכן פון אנהייב חודש שבט‪ .‬ס'איז שפאנענד‬
‫מיטצוהאלטן די טעגליכע אנטוויקלונגען פונעם קאמפיין‪ ,‬ווי וואס‬
‫א טאג מער ווערט עס מער בארייכערט‪ ,‬סיי מיט די בענעפיטן‬
‫און געווינסן‪ ,‬און סיי מיט די עצם קאמפיין מאטריאל‪ ,‬א שטייגער‬
‫אויג‪-‬פארכאפנדער‬
‫דער‬
‫ווי‬
‫'בראשור' וואס גרייכט אלע‬
‫פאסט‪-‬קעסטלעך פון אנ"ש די‬
‫היינטיגע וואך‪ ,‬מיט א פילזייטיגן‬
‫איבערבליק אויף די פארלאפענע‬
‫‪ 10‬יאר זינט דער התחדשות‬
‫הקהלה‪ ,‬און דער אומגלויבליכער‬
‫דעפיציט וואס פארבלייט הויערן‬
‫אויף די פלייצעס פון דער הנהלת‬
‫הקהלה‪.‬‬
‫פאר יעדן אין קרית יואל‬
‫ס'איז ַ‬
‫קלאר ווי דער טאג אז אין דער‬
‫עקזיסטענץ פון דער אריגינעלער‬
‫'קהל יטב לב' אין 'קרית יואל'‬
‫נגעוואנדן די עקזיסטענץ פון ַאלע קהלי'שע‬
‫ָ‬
‫איז ָא ּפהענגיק און ָא‬
‫ַא ּפ ַאראטן‪ ,‬די בתי מדרשים וכוללי אברכים‪ ,‬די תלמוד תורה ובית‬
‫רחל‪ ,‬דער מצה‪-‬בעקעריי און פלייש‪-‬געשעפט‪ ,‬ועד הכשרות און‬
‫נגעהאנגען‬
‫ָ‬
‫מקוה טהרה און אזוי ווייטער‪ .‬אלעס און ַאלץ איז ָא‬
‫באזע ואבן שואבת‪ .‬איז דעריבער אויך יעדן קלאר ווי‬
‫אין דער ַ‬
‫דער טאג אז מ'מוז זיך צושטעלן‪ ,‬מ'מוז זיך ָאנשליסן‪ ,‬מ'מוז זיך‬
‫ַאריינקלאמערן‪ ,‬אינעם מעכטיג‪-‬פאראייניגטן כח הרבים אינאיינעם‬
‫אונטערצוהאלטן און אונטערבעטן די דאזיגע אימפעריע לה'‬
‫ולתורתו 'קהל יטב לב' וואס פארזיכערט דעם ריינעם פך שמן‬
‫טהור פון אנ"ש ודורותיהם אין רבינ'ס שטעטל קרית יואל‪.‬‬
‫■■■‬
‫קלארע שיעורי הלכה‬
‫הערליכע און ָ‬
‫במוצאי מנוחה אין ביהמ"ד הגדול‪,‬‬
‫ציעט ריזן ציבור וועכענטליך‬
‫וואך נאך וואך עראינערט זיך ווידער דאס הערליך בילד אין‬
‫בית המדרש הגדול דקהלתינו‪ :‬בלויז עטליכע שעה נאכ'ן זמן‬
‫מוצאי שבת פאריבער‪ ,‬און ווידעראמאל פילט זיך דאס בית‬
‫המדרש הגדול אן מקצה אל הקצה פון א גרויסן ציבור בעלי‬
‫בתים ואברכים‪ ,‬וועלכע קומען הערן און מיטהאלטן די הערליכע‪,‬‬
‫בארימטע שיעורים כלליים הלכה למעשה‪ ,‬אין די הלכות טהרה‬
‫אין שו"ע יורה דעה חלק ב'‪ ,‬וואס עס לערנט פאר הגאון רבי שמעון‬
‫קאנט מיט‬
‫בא ַ‬
‫לדמאן‪ ,‬דומ"ץ דקהל חרדים‪ ,‬וועלכער איז ַ‬
‫ַ‬
‫ווא‬
‫משה ַ‬
‫קלארקייט אין איבערגעבן שיעורי הלכה‪ ,‬כשולחן‬
‫ָ‬
‫זיין זעלטענע‬
‫הערוך לפני האדם‪.‬‬
‫אין די ימי השובבי"ם איז עס די ּפ ַאסיגסטע צייט איבערצו'חזר'ן‬
‫קאנט פלעגן צדיקים עס‬
‫בא ַ‬
‫ָאט די יסודות'דיגע הלכות‪ ,‬וואס ווי ַ‬
‫דאס איז דער יסוד היסודות‬
‫איבער'חזר'ן הונדערטער מאל‪ ,‬ווייל ָ‬
‫פון א בית נאמן בישראל‪ ,‬ובפרט אין די ימי השובבי"ם וואס זענען‬
‫מסוגל לתשובה ולתיקון המעשים‪ ,‬און דעריבער לייגט די הנהלת‬
‫אויפצוארבעטן דעם שיעור‬
‫ַ‬
‫התאחדות אברכים אריין גרויסע כוחות‬
‫מיט'ן פערזענליך רופן די אברכים און פארזיכערן אז יעדער נעמט‬
‫אנטייל אין די וויכטיגע שיעורי הלכה‪ ,‬לדעת את המעשה אשר‬
‫יעשון‪.‬‬
‫■■■‬
‫ראנזשירט‬
‫התאחדות אברכים ַא ַ‬
‫דרשת התעוררות לסיום ימי‬
‫השובבי"ם ע"י הגה"צ דומ"ץ‬
‫רא ּפ ַארק שליט"א‬
‫בא ָ‬
‫טמאר ָ‬
‫סא ַ‬
‫ַ‬
‫אויף קומענדיגן מיטוואך פ' משפטים הבעל"ט‬
‫די געטרייע עסקנים התאחדות אברכים רוען נישט און‬
‫קאציע פון זייער אומאויפהערליכע ַארבעט‬
‫ווא ַ‬
‫נעמען נישט קיין ַ‬
‫אויפצוטוען להגדיל תורה ולהאדירה בתוככי הקהלה אין קרית‬
‫פילאף‬
‫ָ‬
‫יואל‪ .‬קוים איז פאריבער די דרשה פון הגה"צ רבי זלמן לייב‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪3‬‬
‫שליט"א חבר הביד"ץ מיט א באטייליגונג פון א ריזן ציבור אברכים‪,‬‬
‫און אצינד האלטנדיג ביי דער ענדע פון די ימי השובבי"ם ווערט‬
‫שוין ווידעראמאל אראנזשירט א דרשת התעוררות‪ ,‬דאסמאל‬
‫פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק שליט"א‪ ,‬חבר הביד"ץ‬
‫דקהלתינו הק'‪.‬‬
‫די דרשה פון בארא פארק'ער דיין שליט"א וועט פארקומען‬
‫קומענדיגן מיטוואך פר' משפטים אין היכל בית המדרש הגדול‬
‫בקרית יואל‪ ,‬און ס'ווערט ערווארט א גרויסער ציבור בעלי בתים‬
‫ואברכים וועלכע וועלן קומען הערן דעם דבר ה' פון חשוב'ן דיין‬
‫שליט"א‪ ,‬וועלכער איז אומעטום בארימט מיט זיינע ווארימע‬
‫דרשות בכל עת מצוא‪.‬‬
‫■■■‬
‫בארא פארק‬
‫■■■‬
‫פארברייטונגען צום היסטארישן‪‪ ‬‬
‫מעמד התחדשות המוסדות פון‬
‫'מוסדות סאטמאר בארא פארק'‬
‫קומענדיגן מוצש"ק שקלים הבעל"ט‬
‫מיט שטארקע ענטוזיאזם גייען אן די צוגרייטונגען צום‬
‫היסטארישן מעמד התחדשות מוסדות סאטמאר בארא פארק‪,‬‬
‫דעם קומענדיגן מוצש"ק שקלים ווען מ'וועט אי"ה אפגעבן א שבח‬
‫והודי' פארן הייליגן באשעפער‪ ,‬אז מ'האט געהאט די זכי' צוריק‬
‫צו מחדש זיין די הייליגע מוסדות אין בארא פארק‪ ,‬מיט איר‬
‫ריכטיגן ארגעניעלן גלאנץ‪ ,‬על זאת שבחו אהובים ורוממו לקל‪,‬‬
‫עד הנה עזרונו רחמיך‪ ,‬זעענדיג ווי די הייליגע מוסדות שפרודלען‬
‫אזוי הערליך און שיין‪ ,‬זייענדיג א שטאלץ און א פראכט פאר קהל‬
‫עדתינו אומעטום‪.‬‬
‫דער בלי' און וואוקס פון די מוסדות הקדושים און איר‬
‫זעלטענע סייעתא דשמיא און הצלחה איז דער געשפרעך פון‬
‫טאג ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום בכלל‪ ,‬און ביי אנשי‬
‫שלומינו אין בארא פארק בפרט‪ ,‬עס גלייבט זיך פשוט נישט‬
‫הערנדיג די גאר גוטע גריסן פון די מוסדות‪ ,‬ווי די קינדערלעך‬
‫ווערן ערצויגן אויפ'ן אויסגעטרעטענעם פשרה'לאזן דרך וואס‬
‫מיר האבן מקבל פון אבותינו ורבותינו נבג"מ‪ ,‬ווי עס איז דער‬
‫וואונטש פון אלע עלטערן‪ ,‬אז זייערע קינדער זאלן טאקע מצליח‬
‫זיין און אויסוואקסן ערליכע אידן יראים ושלימים לה' ולתורתו‬
‫הקדושה‪.‬‬
‫אין די זעלבע צייט קומען אויך פאר קלענערע און גרעסערע אסיפות‬
‫צו באהאנדלען דעם גרויסארטיגן דינער קאמפיין‪ ,‬און פלענער‬
‫איבערן רייכן היסטארישן אווענט הבעל"ט‪ .‬אלע גענויע פרטים און‬
‫דעטאלן וואס דארף ווערן צוגערישט צו דעם גרויסארטיגן מעמד‪.‬‬
‫אינצווישן גייען ארום די שלוחי דרחמנא און די הנהלה אפעלירט‬
‫צו יעדן צו ענטפערן דעם הילפ'ס רוף פון די הנהלת המוסדות און‬
‫זיך אנשליסן צו שטיצן די הייליגע מוסדות וואס אנטשפרעכט צו‬
‫ערווארבען אלס ריזן תורה פעסטונג‪ ,‬וואס וועט זיין א שטאלץ פארן‬
‫גאנצן יהדות החדרית בכלל‪ ,‬און פאר קהל עדתינו בפרט‪.‬‬
‫הנה זה בא!‬
‫מאנסי‬
‫■■■‬
‫הערליכער ציבור ביי 'מלוה מלכה‬
‫ודינער השנתי' לטובת המוסדות‬
‫מיט גרויס הצלחה איז אפגעהאלטן געווארן דער דינער לטובת‬
‫די ארטיגע מוסדות הקדושים באולם עטרת חי' שרה‪ ,‬וואס איז‬
‫אויפגעשטעלט געווארן ע"י כ"ק מרן גאב"ד סאטמאר מאנסי‬
‫שליט"א לע"נ אמו הרבנית הצדיקת ע"ה‪ ,‬אז אידן זאלן קענען‬
‫חתונה מאכן ביליג און שפארזאם‪ .‬עס האבן זיך באטייליגט אלע‬
‫רבני העיר מאנסי שליט"א‪.‬‬
‫דער יו"ר איז געווען הרב אורי האלבערשטאם שליט"א; דעם‬
‫דבר המוסד האט מען געהערט פון הרה" ר' יודל שפיטצער הי"ו;‬
‫א גאר שפאנענדער מאמענט איז געווען צו הערן היסטארישע‬
‫זכרונות פון הרה"ח הישיש ר' ראובן שמעלצער פון שיכון סקווירא;‬
‫דעם דבר ההורים האט מען געהערט פון הרה"ג ר' אברהם דוד‬
‫עהרנטאל שליט"א מנהל ת"ת נייטרא וויליאמסבורג‪ ,‬אליינס פון‬
‫די צופרידענע עלטערן‪ ,‬וועלכער האט ארויסגעברענגט אז אין די‬
‫קורצע צייט וואס ער איז דא זעט ער שוין די אויסערגעווענליכע‬
‫הצלחה פון די מוסדות‪.‬‬
‫מ'האט געהערט הערליכע גראמען פון די ילדי תשב"ר‬
‫אנגעפירט דורך דעם מלמד מומחה הר"ר הלל יואל קעפעטש הי"ו‬
‫און דער סגן מנהל הר"ר‬
‫ירמי' פויגל הי"ו‪ ,‬וועלכע‬
‫האבן אויסגעגראמט די‬
‫התקשרות‬
‫געוואלדיגע‬
‫פון רביה"ק צו סאטמאר‬
‫מאנסי‪ ,‬ווי דער רבי האט‬
‫געלאזט פאלן צוויי טרערן‬
‫צום ראה"ק ר' הערש‬
‫אלימלך ווערצבערגער ווען‬
‫דער הערליכער כאר פון ילדי תשב"ר‬
‫ער האט דערציילט וועגן די‬
‫מאנסי ת"ת‪.‬‬
‫דערנאך האט מען‬
‫געהערט ווארימע דברות‬
‫קודש פון מרן הגאב"ד‬
‫שליט"א‪ ,‬וועלכער האט‬
‫ארומגערעדט‬
‫שטארק‬
‫בשבח המוסד‪ ,‬און וועגן די‬
‫זכות כיתה לשבוע אז אידן‬
‫זאלן זיך אונטערנעמען‪,‬‬
‫און דערמיט אוועקשטעלן‬
‫א שטארקן בסיס פאר די‬
‫מוסדות‪.‬‬
‫מיט ברהמ"ז איז מכובד‬
‫געווארן כ"ק אדמו"ר מבית‬
‫חיים יושע שליט"א און דער‬
‫ציבור איז זיך צעגאנגען אין‬
‫געהויבענע געמיטער‪.‬‬
‫א טייל פונעם ריזיגן ציבור‬
‫כ"ק הגאב"ד שליט"א ביי די דברות קודש‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪4‬‬
‫ירושלים‬
‫עוד ישמע בערי יהודא ובחוצות ירושלים‪:‬‬
‫שלומי אמוני ישראל אין ארץ הקודש זענען פייערליך מקבל פנים‬
‫געהויבענעם גאסט‪ ,‬כ"ק הגה"צ ראב"ד דקהלתינו הקדושה‬
‫דאס יהדות החרדית הנאמנה‬
‫האט נעכטן מאנטאג פ' יתרו פייערליך‬
‫מקבל געווען פני האורח הדגול‪ ,‬כ"ק‬
‫יעלה ויופיע לארץ הקודש‬
‫הגה"צ ראב"ד דקהלתינו שליט"א‪ .‬דער ‪øàîèàñ ã"áàø ïøî‬‬
‫אפיציעלער מעמד קבלת פנים איז‬
‫‪à"èéìù ïàîãòéøô äùðî íééç ìàøùé éáø‬‬
‫‪íìùåøé éøòùá äðéøá àåáé àá øùà‬‬
‫פארגעקומען אין לשכת הבד"ץ עדה‬
‫‪åúøãäá òéôåé à"èéìù ã"áàøä ïøî‬‬
‫בהיכל בית מדרשינו‬
‫החרדית וואו אלע חברי הבד"ץ האבן‬
‫"אהל רחל" ברח' יואל‬
‫ביום שני י"ג שבט בשעה ‪ 5.00‬אחה"צ‬
‫זיך צוזאמגענומען לכבוד דעם ראב"ד‪,‬‬
‫‪åðéùøãî úéá úáçøá åéðô úà åìá÷é ø"áùúä éãìé‬‬
‫און אזוי אויך אלע חברי הנהלת העדה‪.‬‬
‫צום ערשט האט באגריסט דעם ראב"ד‬
‫הרב ר' יצחק שלמה בלוי שליט"א‪,‬‬
‫סד"ד העדה החרדית‪ ,‬דערנאך האט‬
‫דער ירושלימ'ער רב באגריסט דעם ראב"ד ארויסברענגענדיג דעם‬
‫געוואלדיגן ידידות צום ראב"ד‪ ,‬סיי פערזענליך און סיי בשם כל‬
‫הקהל הקודש‪ ,‬און דערנאך האט אויפגעטראטן דער געהויבענער‬
‫גאסט מרן הראב"ד שליט"א‪ ,‬וועלכער האט זיך באדאנקט פאר'ן‬
‫קבלת פנים און אנגעוואונטשן די חברי הבד"ץ מקירות לבו‪.‬‬
‫‪á"òùú èáù â"é éðùä íåéá éë íìùåøéá ùãå÷ä ìä÷ì øùáì åððä ùãå÷ èèøáå ìéâ éùâøá‬‬
‫הגאון האדיר עטרת תפארת ישראל בוצינא דנהורא עמוד ההוראה כקש"ת‬
‫—‬
‫—‬
‫אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה‪ ,‬יהא בואו לברכה לחיזוק וביסוס החינוך הטהור ומערכות היהדות החרדית בארה"ק‪,‬‬
‫ובימיו בימינו תיוושע יהודה וישראל בבנין אריאל בב"א‬
‫הנהלת הקהלה‬
‫דאן איז די גאנצע פמליא צוגעפארן צום פייערליכן מעמד קבלת‬
‫פנים וואס איז אפגעהאלטן געווארן בחוצות ירושלים‪ ,‬וואו טויזנטער‬
‫ילדי התשב"ר פון סאטמאר‪ ,‬רמ"א‪ ,‬תורה ויראה ירושלים ובית‬
‫שמש‪ ,‬עטרת יהושע בית שמש און נאך ערליכע מוסדות וואס זענען‬
‫זיך מתנזר משולחן איזבל‪ ,‬האבן אפגעווארט דעם עמוד ההוראה‬
‫בדורינו‪ ,‬מרן הראב"ד שליט"א‪ ,‬לענגאויס די גאסן מאה שערים רח'‬
‫יואל ביז צום סאטמארער ביהמ"ד‪ ,‬וואו זיי האבן געהאלטן פענדלען‬
‫מיט פאסיגע אויפשריפטן של שמחה וכבוד התורה‪ '.‬די אלע גאסן‬
‫זענען געווען באלאגערט פון טויזנטער אידן מבני היהדות הנאמנה‬
‫וועלכע זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד פאר'ן גרויסן אורח הגדול‬
‫והדגול מקברניטי היהדות החרדית בגולה‪.‬‬
‫אנקומענדיג קיין רח' יואל איז דער ראב"ד שליט"א‬
‫ארויסגעגאנגען פון קאר און איז אדורך די לאנגע רייען מיט די‬
‫ביים אנקומען אין לופט‪-‬פעלד‪ ,‬ווערט באגריסט דורך הרה"ג‬
‫ר' מענדל דאווידאוויטש שליט"א ראה"כ סאטמאר בני ברק‬
‫ביי תפילת מעריב אין ביהמ"ד אהל רחל‬
‫ביים קבלת פנים אין לשכת הביד"ץ העדה החרדית‬
‫בראשות מרן הגאב"ד וחברי הביד"ץ שליט"א‬
‫דער ציבור ביים אפווארטן הראב"ד שליט"א פארענט פון ביהמ"ד אהל רחל‬
‫ליכטיגע ילדי התשב"ר אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר‬
‫ירושלים שליט"א‪ ,‬ובכן מה נהדר היה המראה ווי די טויזנטער ילדי‬
‫חמד בני ציון היקרים האבן געזונגען פאסיגע ניגונים לכבוד התורה‬
‫ולכבוד המאורע‪ .‬פון דארט איז מען אריינגעגאנגען אין סאטמארער‬
‫ביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א באשיידענע קבלת פנים פאר‬
‫די חברי הקהילה‪.‬‬
‫הרב ר' עזריאל יאזשעף שליט"א מראשי הקהלה האט‬
‫באגריסט דעם ראב"ד שליט"א בשם הנהלת הקהלה‪ ,‬דאן האט‬
‫אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער הגה"צ אבד"ק סאטמאר‬
‫ירושלים וועלכער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי'‬
‫וואס מיר האבן מקבל פנים צו זיין אזא געהויבענעם גאסט‪ ,‬און‬
‫ארויסגעברענגט אז דער דיין איז נאך געשטאנען לימין קדשו פון‬
‫רביה"ק זי"ע וואס האט אים געשטעלט אויפ'ן הייליגן תפקיד‬
‫להורות הוראה בישראל‪ ,‬און שפעטער נאכגעפאלגט ביי כ"ק‬
‫מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל‪ ,‬ולאחריו ביי טאטן כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א‪ .‬אויפ'ן פארלאנג פון מרן הראב"ד שליט"א האט דער רב‬
‫שליט"א נישט מאריך געווען בדברי שבח ותהלה‪ ,‬נאר אויסגעפירט‬
‫מיט א הייסע ברכה‪ ,‬שה' יארוך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים‪ ,‬עוד‬
‫ינובון בשיבה דשנים ורעננים‪.‬‬
‫דאן איז דער טויזנט קעפיגער עולם אריבערגעגאנגען מאסנווייז‬
‫צו וואונטשן שלום פאר'ן ראב"ד ואף הוא ענה לעומתם במאור‬
‫פניו‪ ,‬דאן האט מען געדאוונט מעריב בציבור‪ ,‬און דערנאך האט‬
‫מען ארויסבאגלייט דעם ראב"ד בשירה וזמרה‪ .‬אזוי האט ירושלים‬
‫של מעלה געברויזט מיט שמחה וחדותא דקדושה‪ .‬אויף אלע‬
‫גאסן זענען אויסגעהאנגען גרויסע פלאקאטן צו באגריסן דעם‬
‫געהויבענעם גאסט און די שמחה שפירט זיך אין יעדן ווינקל‪ .‬דעם‬
‫מוצש"ק וועט פארקומען די צענטראלע שבע ברכות אראנזשירט‬
‫דורך די סאטמארער קהילה אין ירושלים בביהמ"ד הגדול ויואל‬
‫משה‪ ,‬וואו עס ווערט ערווארט א ריזיגער ציבור זיך צו קומען‬
‫מיטפרייען בשמחת האי גאון וגדול ראב"ד דקהלתינו הק'‪.‬‬
‫טייל פונעם ציבור ביים קבלת פנים אין ביהמ"ד אהל רחל‬
‫דער ציבור גייט אדורך שלום נעמען ביים קבלת פנים‬
‫ביים ארויסבאגלייט ווערן פון ביהמ"ד אהל רחל אין באגלייטונג פון הגה"צ אב"ד‬
‫סאטמאר ירושלים שליט"א און בנו הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד הגדול שליט"א‬
‫די טויזענטער ילדי תשב"ר אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט פענדעלעך‬
‫ווארטן אפ דעם גרויסן גאסט אויף די גאס‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪5‬‬
‫מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | בשלח • יתרו‬
‫מאנטאג פ' בשלח‬
‫הרה"ג ר' יעקב הערש מאשקאוויטש שליט"א מגי"ש חלק ד' איז‬
‫מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס‪ ,‬און דערנאך זענען אלע‬
‫תלמידים אריבער נעמען כוס של ברכה פון רבינו שליט"א‪.‬‬
‫תפלת שחרית האט רבינו שליט"א געדאווענט אין ישיבה גדולה‪.‬‬
‫לרגל די יומא דהילולא פון מרן זקינו הק' בעל עצי חיים זי"ע‪ ,‬האט דער‬
‫רבי שליט"א געדאווענט פאר'ן עמוד‪.‬‬
‫■‬
‫נאך תפלת שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל‬
‫'כוונת התפילה' וואו רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און‬
‫אנגעווינטשן אלע תלמידים בזכות הבעל הילולא‪.‬‬
‫אויפדערנאכט איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הרה"ח ר' יוסף‬
‫לייב סופר הי"ו פון טאראנטא וועלכע האט געברענגט פאר'ן רבי'ן‬
‫שליט"א די ספרי "המקנה" וואס ער האט יעצט פריש מו"ל געווען‪ .‬אזוי‬
‫אויך האט ער געברענגט פאר'ן רבין גאר היסטארישע כתבי ידות פון‬
‫הרה"ק הייטב לב מסיגעט זי"ע‪.‬‬
‫תפלת מנחה האט רבינו שליט"א ווידעראמאל געדאווענט לפני‬
‫התיבה אין היכל דברי יואל‪ ,‬און דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע‬
‫סעודת הילולא‪ ,‬פאר די עלטערע תלמידים פון חלק ד'‪ ,‬קאמבאנירט מיט‬
‫א סיום מסכת סוכה וואס די בחורים האבן פארענדיגט‪.‬‬
‫די סעודה איז פארגעקומען אויף זייער א געהויבענעם פארנעם אין‬
‫די צוגעשטעלטע קאראווענען אויף דער ישיבה‪-‬בלאק 'שיכון בערגער'‬
‫וואס דינען אלס פארלערנען‪-‬כתות‪ .‬עס איז געווען צוגעגרייט א שיינע‬
‫סעודה כיד המלך פון דער הנהלת הישיבה‪ .‬דעם הדרן האט געמאכט‬
‫הרה"ג ר' אלישע רובין שליט"א‪ ,‬ר"מ בישיבה וועלכער פירט אן מיט די‬
‫חבורה וואס האט מסיים געווען מסכת סוכה‪ ,‬ונכד מרן בעל ההילולא‬
‫זי"ע‪.‬‬
‫הרה"ג ר' משה ביטמאן שליט"א‪ ,‬ממנהלי הישיבה ומח"ס אמרי‬
‫דעה‪ ,‬האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און מכבד געווען מיט‬
‫א דרשה דעם מגי"ש הרה"ג ר' אלישע רובין שליט"א‪ ,‬וועלכער האט‬
‫געזאגט הערליכע פערל‪-‬רייד לכבוד דעם יומא טבא לרבנן‪ .‬דערנאך האט‬
‫דער רבי שליט"א מכבד געווען הבחור החשוב כמר יואל ישעי' גראסס‬
‫ני"ו ממצויני תלמידי הישיבה‪ ,‬מיט'ן זמר 'מכתם לדוד‪ ,‬וואס איז געזינגען‬
‫געווארן מיט גרויס ווארעמקייט דורך די בחורים אויפ'ן באקאנטען‬
‫אודה‪-‬ניגון בבית מדרשו פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט משמיע געווען ווארימע דברות קודש מתובל‬
‫בתורת זקינו הק' מרן בעל ההילולא זי"ע בספה"ק עצי חיים פון די‬
‫וואכעדיגע סדרה‪ ,‬ובדרך דרוש משלב געווען די ענינים פון סיום מסכת‪,‬‬
‫מסכת סוכה‪ ,‬סעודות הילולא און פון פרשת השבוע‪ ,‬און דערנאך מאריך‬
‫געווען בגודל קדושתו פונעם בעל ההילולא זי"ע און פון זיין געוואלדיגע‬
‫כח התורה‪ ,‬און דערנאך ארויסגעברענגט די שטארקע חשיבות פון לימוד‬
‫התורה‪ ,‬כי הם חיינו ואורך ימינו‪ ,‬וואס דאס איז דער גאנצער חיות‬
‫פון א איד‪ ,‬און ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בחורי חמד פונעם‬
‫ספעציעלען שמחה און סיפוק אז מ'איז זוכה צו מסיים זיין א מסכת‬
‫שלימה "מסכת סוכה" וואס מ'האט געלערנט דעם פארלאפענעם יאר‪.‬‬
‫■‬
‫דינסטאג פ' בשלח‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול‪ .‬נאכ'ן‬
‫דאווענען איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה ביי בן הנולד למזל‬
‫טוב ביי האברך היקר העסקן הנמרץ לכל קדשי קהלתינו הק'‪ ,‬מו"ה חיים‬
‫הערש יאקאבאוויטש הי"ו‪ ,‬בן הרה"ח ר' יושע וואלף הי"ו‪ ,‬וחתן מו"ה‬
‫אברהם אלי' פירטה הי"ו‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און איז דערנאך‬
‫ארויף צו דער סעודת מצוה אין היכל הכולל‪ ,‬וואו רבינו שליט"א האט‬
‫מפאר געווען בראש און געוואונטשן מברכותיו הטהורות צו די בעלי‬
‫שמחה‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז אריבערגעגאנגען מנחם זיין הרה"ח ר' יעקב פיש‬
‫הי"ו‪ ,‬וועלכער איז געזעסן שבעה על פטירת אמו החשובה ע"ה‪.‬‬
‫■‬
‫נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צו דער ישיבה גדולה‪,‬‬
‫וואו דער רבי שליט"א האט פארהערט די בחורי חמד פון חלק ב' חבורת‬
‫בבא מציעא‪ ,‬אויפ'ן 'פרק המפקיד' ביי דעם שיעור פון הרה"ג ר' יוסף‬
‫יעקב קאהן הי"ו‪ ,‬וואו די בחורים האבן זיך ב"ה שטארק מצטיין געווען‬
‫בלימודם‪ ,‬און רבינו שליט"א האט אויסגעדרוקט קורת רוחו צו די ראשי‬
‫ומנהלי המתיבתא‪ ,‬און אויסגעדרוקט רצון קדשו צו זאגן דברות קודש‬
‫צו די תלמידים זיי מחזק זיין אין די לימודים‪ ,‬וואס איז טאקע צושטאנד‬
‫געקומען דעם מארגנדיגן מיטוואך‪.‬‬
‫■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪6‬‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צו דער עיה"ת‬
‫לעיקוואד‪ ,‬זיך משתתף זיין בשמחת נישואין ביי אן אייניקל פון ש"ב‪,‬‬
‫הנגיד והטפסר המפורסם‪ ,‬מגדולי תומכי מוסדות סאטמאר בכל קצוי‬
‫תבל בנשיאות כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬הרה"ח ר' אליעזר פרענקל הי"ו‬
‫פון לאנדאן‪ ,‬ביי זיין זון הרה"ח ר' אהרן הי"ו‪ .‬רבינו שליט"א איז געקומען‬
‫בבגדי שבת זייענדיג א קרוב‪ ,‬אן אייניקל פון מרן רביה"ק בעל ייטב לב‬
‫זי"ע‪ ,‬און רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין‪.‬‬
‫באלד נאך דער חופה איז דער חתן אריינגעקומען אין זאל‪ ,‬און‬
‫רבינו שליט"א האט געטאנצט מיטן חתן‪ ,‬און איז דערנאך ארויסבאגלייט‬
‫געווארן פון די פילע קרובים ובני תורה‪ ,‬אין שפיץ פונעם זיידן הרה"ח ר'‬
‫אליעזר הי"ו‪ ,‬בכבוד ויקר‪.‬‬
‫■‬
‫מיטוואך פ' בשלח‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול‪.‬‬
‫בעפאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די הנחת תפילין ביים חתן הבר‬
‫מצוה נ"י‪ ,‬בן הרה"ח ר' שמואל ארי' שפילמאן הי"ו‪ ,‬משמש דקיט"ל ליע‬
‫גארדענס ומראשי המשוררים בחצרות קדשינו אין די ימים נוראים‪.‬‬
‫■‬
‫נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צו דער ישיבה‬
‫גדולה פארהערן די תלמידים‪.‬‬
‫עקסטער האט רבינו שליט"א געהאלטן גאר א ווארימע דרשה פאר‬
‫די בחורים פון חלק ב'‪ ,‬וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי‬
‫רבינו שליט"א דעם פרק המפקיד דינסטאג ווי פריער באריכטעט‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט איבערגעגעבן די תלמידים שמחת לבו צו זען ווי זיי‬
‫שטייגן אזוי שיין און זענען זוכה צו זען א סימן יפה בלימודם‪ ,‬און זיי‬
‫מחזק געווען נישט נאכצולאזן נאר אדרבה שטייגן העכער און העכער‬
‫במעלת התורה‪ ,‬און געבעטן יעדן איינעם זיך אנצושטרענגען דאס‬
‫מערסטע וואס מעגליך צו פארענדיגן די גאנצע מסכת בבא מציעא ביז‬
‫סוף זמן‪.‬‬
‫■‬
‫פארנאכטס האט רבינו שליט"א זיך באטייליגט ביי דער לוי' פון‬
‫הרה"ח המפו' ר' ישראל מנחם פעדער ע"ה‪ ,‬וואס איז פארגעקומען‬
‫פארנט פון ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט‪ .‬רבינו שליט"א האט‬
‫מספיד געווען בקול בכי‪ ,‬און דערנאך באגלייט דעם ארון וואס איז‬
‫געקומען לקבורה אין שטח החדש דבית העלמין אין קרית יואל‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' חיים אלעזר‬
‫ראבינאוויטש שליט"א דומ"ץ ור"מ דינוב‪ ,‬בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר‬
‫מדינוב שליט"א‪ ,‬לאדענען צו שמחת נישואי בנו החתן המופלג בנש"ק‬
‫עב"ג שתחי' עב"ג נכדת כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א‪ .‬עס איז פארפירט‬
‫געווארן א שיינער שמועס איבער די אבות הקדושים פון חתן כלה און‬
‫רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געווען מסדר קידושין ביי דער‬
‫שמחת נישואין פון החתן בן מו"ה משה יוחנן נאה הי"ו עב"ג הכלה‬
‫בת מו"ה יוסף פעקעטע הי"ו‪ ,‬אין תקנות זאל פון פרדס פיגא אין‬
‫וויליאמסבורג‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א צוגעפארן בבגדי שבת צום זאל פון‬
‫קאנטינענטאל‪ ,‬צו דער שמחת נישואין פון החתן בן מו"ה נפתלי צבי‬
‫לאנדא הי"ו‪ ,‬עב"ג בת גיסו הרה"ג רבי מאיר שפיץ שליט"א אבד"ק‬
‫ביסטריץ‪ ,‬וואו רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק בארא‬
‫פארק זיך באטייליגן ביי דער שמחת נישואין פון ש"ב בן הרבי יצחק‬
‫שטיינווארצל שליט"א‪ ,‬ראה"ק דקהל מטה אפרים בבארא פארק‪ ,‬חתן‬
‫הרב הערשל האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס‪ ,‬נכד‬
‫מרן בעל עצי חיים זצ"ל‪ ,‬אין זאל פון עטרת חי'‪.‬‬
‫דערנאך איז דער רבי שליט"א צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג‬
‫זיך באטייליגן ביי דער שמחת נישואין בבית ביסטריץ‪ ,‬וואו דער רבי‬
‫שליט"א איז מכובד געווארן צו טאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה‪.‬‬
‫■‬
‫דאנערשטאג פ' בשלח‬
‫און די פארמיטאג שעות איז אריבערגעקומען א דעלעגאציע פון‬
‫די ארגאנאזאציע "אלף" בראשות הרב שלום דובער ליפסקער שליט"א‬
‫פון מיאמי‪ ,‬וועלכע שטייט צו הילף פאר אידן במצוקה וואס געפינען זיך‬
‫אין די תפיסות‪ .‬די דעלעגאציע איז געקומען אין באגלייטונג פון דעם‬
‫באקאנטער תורה פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' מיכל קארפינקעל נ"י‪ ,‬וואו‬
‫מען האט דורכגעשמיסט וויכטיגע אקטועלע ענינים העומדים על הפרק‬
‫בעניני פדיון שבויים והמסתעף‪ ,‬אזוי אויך איז דערביי געווען הרה"ג‬
‫אבד"ק סיגעט שליט"א וואס ווי באקאנט זענען ידיו רב לו אין דעם ענין‬
‫פון פדיון שבויים‪.‬‬
‫דערנאך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' מאיר‬
‫גרינוואלד שליט"א‪ ,‬בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א‪,‬‬
‫לאדענען צו שמחת נישואי בתו הכלה שתחי' עב"ג החתן המופלג‬
‫בנש"ק‪ ,‬בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א‪ .‬עס איז פארפירט געווארן‬
‫א שיינער שמועס איבער די אבות הקדושים פון חתן כלה און רבינו‬
‫שליט"א האט אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫■‬
‫שפעטער אין טאג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק הגה"צ‬
‫הפו' רבי יושע ראזענבערגער שליט"א‪ ,‬חבר הבד"ץ עדה החרדית ואב"ד‬
‫קרית רמ"א‪ ,‬א מחותן פון רבינו שליט"א‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט מכבד געווען דעם געהויבענעם גאסט ביותרת‬
‫הכבוד און עס האט זיך אנטוויקלט גאר א שיינער שמועס בדברי תורה‬
‫וסיפורי צדיקים‪ .‬עקסטער האט מען שטארק ארומגערעדט איבער די‬
‫אנגייענדע רדיפות הדת אין ארה"ק‪ ,‬וואס דער חשוב'ער רב שליט"א‪,‬‬
‫זייענדיג פון די ראשי הלוחמים ושומרי משמרת הקודש‪ ,‬איז ער שטארק‬
‫באהאווענט און פארוויקלט בעובי הקורה‪ ,‬און איבערגעגעבן א באריכט‬
‫פון די שווערע צייטן וואס דרי קרתא דשופריא האבן אויסצושטיין פון‬
‫די רשעי ישראל‪ ,‬און ווי ווייט מ'איז אנגעוויזן אין הילף און שטיצע פון‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪7‬‬
‫יהדות הגולה‪ .‬רבינו שליט"א האט מכבד געווען דעם גאסט מיט פירות‬
‫ויין ויפרדו לשלום‪.‬‬
‫פון כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬מיט א באטייליגונג פון א גרויסן ציבור אנשי‬
‫שלומינו ביי די תפלות ועריכות השלחנות‪.‬‬
‫דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד הגדול לאמירת תהלים‬
‫כדרכו בימי שובבי"ם ותפלת מנחה‪ ,‬עם קריאת ויחל וואו רבינו שליט"א‬
‫האט עולה געווען לתורה‪.‬‬
‫מיט קבלת שבת לפני התיבה איז מכובד געווארן א חשוב'ער גאסט‪,‬‬
‫כ"ק הגה"צ גאב"ד קרית רמ"א וחבר הבד"ץ עדה החרדית שליט"א‪,‬‬
‫וואס האט אנגעווארימט דעם עולם מיט זיין פייערדיגן דאווענען‪.‬‬
‫דאנערשטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען א הערליכע באנקעט‬
‫לטובת דער בארימטער קופת רבינו 'טוב וחסד' אין שטוב פון הרה"ח‬
‫ר' הערשל גאלדבערגער הי"ו‪ ,‬גבאי בביהמ"ד הגדול און לאנגיאריגער‬
‫מלמד מומחה במוסדותינו הקדושים‪ .‬עס האט זיך באטייליגט א שיינער‬
‫ציבור אנ"ש ידידים פונעם בעל אכסני' און עס איז אריינגעקומען שיינע‬
‫סכומים לטובת הקופה‪.‬‬
‫ביים שלחן הטהור פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזען א‬
‫גרעסערער ציבור לכבוד שבת שירה‪ ,‬און רבינו שליט"א האט משמיע‬
‫געווען הערליכע חידושים על דרך דרוש בעניני יציאת מצרים ושירת‬
‫הים‪ .‬מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן כ"ק הגה"צ גאב"ד‬
‫קרית רמ"א שליט"א‪.‬‬
‫מיט יראת הכבוד האט מען מקבל געווען פני מרן רבינו שליט"א‪,‬‬
‫וועלכער איז געקומען באשיינען בראש המסובים‪ .‬רבינו שליט"א‬
‫איז אריין אין א ספעציעלן חדר מיוחד‪ ,‬וואו דער רבי שליט"א האט‬
‫אויפגענומען דעם עולם‪ ,‬בעלי בתים ואברכים‪ ,‬וועלכע האבן פערזענליך‬
‫איבערגעגעבן מתנת לבם לי"ק פון רבינו שליט"א ולעומתם ברוך יאמר‬
‫מיט ווארימע ברכות מקרב הלב‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צו א מסיבה‬
‫לטובת מוסדות הקדושים יטב לב בירושלים עיר הקודש‪ ,‬וואס איז‬
‫פארגעקומען בבית האברך היקר מו"ה יואל עסטרייכער הי"ו‪ ,‬מחשובי‬
‫יוצאי ישיבתינו הק'‪ ,‬בן הרה"ח ר' אהרן הי"ו און איידעם פון הרה"ח ר'‬
‫משה לויפער הי"ו‪ ,‬באס מענעדזשער דמוסדותינו הקדושים‪.‬‬
‫צענדליגער אברכים יקרים יוצאי תלמידי הישיבה האבן זיך‬
‫באטייליגט מיט א ווארימקייט לטובת די מוסדות הק' בעיר ה' שמה‪,‬‬
‫און מיט א יראת הכבוד מקבל געווען פני כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ .‬דער‬
‫רבי שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברות קודש ודברי ברכה‪,‬‬
‫ארויסברענגענדיג וואס די הייליגע מוסדות באדייטן און צוגעוואונטשן‬
‫ווארימע ברכות צו אלע משתתפים ובפרט פאר'ן בעל אכסני' און זיינע‬
‫חשוב'ע עלטערן להתברך בכל מילי דמיטב מעתה ועד עולם‪.‬‬
‫■‬
‫שפעטער ביינאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען זיך משתתף‬
‫זיין ביי דער שמחת שבע ברכות בבית הרה"ח מו"ה בנציון שניטצער‬
‫הי"ו פון אנטווערפן עב"ג בת ר' שמואל בנימין כ"ף הי"ו‪ ,‬אזוי ווי רבינו‬
‫שליט"א האט נישט געקענט מסדר קידושין זיין ביי דער שמחת החתונה‬
‫צוליב וואס רבינו שליט"א איז יענע נאכט געווען אויף א חתונה אין‬
‫לעיקוואד‪ ,‬ווי אויבן באריכטעט‪.‬‬
‫■‬
‫פרייטאג פ' בשלח‬
‫עש"ק אין די פארמיטאג שטונדן איז רבינו שליט"א‬
‫אריבגערגענגאנען מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו‪,‬‬
‫על פטירת בנו הבחור החשוב ברוך צבי ע"ה‪.‬‬
‫■‬
‫שב"ק פ' בשלח ‪ -‬שבת שירה‬
‫בצפרא דשבתא האט רבינו שליט"א געדאווענט פסוקי דזמרה לפני‬
‫התיבה‪ ,‬און פארגעזאגט די פסוקי השירה מיט גרויס התעוררות פסוק‬
‫ביי פסוק כנהוג‪ ,‬נאכגעפאלגט פונעם גאנצן ציבור‪.‬‬
‫נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט"א אריין אין פאליש שע"י ביהמ"ד‬
‫הגדול קידוש מאכן ביי דער שמחת קידושא רבא פון בת הנולדה למזל‬
‫טוב ביי האברך מו"ה יודא בנציון ווערצבערגער הי"ו בן מו"ה דוד יצחק‬
‫הי"ו‪ ,‬חתן ידידינו מו"ה אברהם ברוין הי"ו‪ ,‬מנאמני בית רבינו‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט מקדש געווען על הכוס און ווארים אנגעוואונטשן דעם‬
‫אבי הבת און די חשוב'ע זיידעס‪.‬‬
‫סעודת רעוא דרעוין איז פאריבער גאר דערהויבן בצל כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א‪ ,‬בפרט ביי די דברי כיבושין וואס רבינו שליט"א האט משמיע‬
‫געווען‪ ,‬באגלייט מיט גרויסע בכיות בדברי התעוררות לתשובה ולתיקון‬
‫המעשים איצט אין די ימי השובבי"ם‪ .‬רבינו שליט"א האט געבענטשט‬
‫און דערנאך געזאגט די שבע ברכות פאר ‪ 4‬חתנים מתלמידי הישיבה‪:‬‬
‫החתן בן הרה"ח ר' נפתלי צבי לאנדא הי"ו חתן הרה"ג אבד"ק ביסטריץ‬
‫שליט"א; החתן בן מו"ה משה שטיינמעטץ הי"ו חתן מו"ה נפתלי ווייס‬
‫הי"ו; החתן בן מו"ה בנציון שניצער הי"ו‪ ,‬אנטווערפן חתן מו"ה שמואל‬
‫בנימין כ"ף הי"ו; און החתן בן מו"ה משה יוחנן נאה הי"ו חתן מו"ה יוסף‬
‫פעקעטע הי"ו‪.‬‬
‫■‬
‫מוצש"ק פ' בשלח שירה‬
‫רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביי דער שמחת שבע ברכות‬
‫בבית גיסו הרה"ג רבי מאיר שפיץ שליט"א‪ ,‬אבד"ק ביסטריץ‪ ,‬באולם‬
‫קראסנא אין וויליאמסבורג‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער סעודת‬
‫פרידה אין ביהמ"ד דקיט"ל העריסאן לכבוד הדומ"ץ הרה"ג רבי ברוך אברהם‬
‫פריעדמאן שליט"א‪ ,‬וועלכער מאכט חתונה זיין זון החתן המצוין הי"ו‪ ,‬עב"ג‬
‫בת כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א‪ ,‬וואס די חתונה קומט פאר אי"ה‬
‫אין ארה"ק בהשתתפות דעם גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ ראב"ד דקהלתינו‬
‫שליט"א‪( .‬לייענט מער אויספירליך ביי די קהל'ישע נייעס)‬
‫■‬
‫זונטאג פ' יתרו‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול‪.‬‬
‫קודם התפלה איז פארגעקומען א הנחת תפילין צום חתן הבר מצוה נ"י‬
‫בן מו"ה שלום אשר ארי' בערקאוויטש הי"ו פון קרית יואל‪ ,‬בן הרה"ח ר'‬
‫דער געהויבענער שבת שירה איז פאריבער גאר דערהויבן במחיצתו‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪8‬‬
‫אבא בערקאוויטש הי"ו‪ ,‬חתן מו"ה ישראל משה האללענדער ע"ה‪.‬‬
‫■‬
‫אין די פארמיטאג שטונדן איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דער‬
‫בארימטער תורה פילאנטראפ און מזכה את הרבים הרה"ג הנגיד רבי דוד‬
‫הופשטעטער שליט"א פון טאראנטא קאנאדע‪ ,‬גרינדער און אנפירער‬
‫פון דער בארימטער 'דרשו' תורה‪-‬ארגאניזאציע‪ ,‬וועלכער איז געקומען‬
‫צו רבינו שליט"א באגלייט פון הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו‪,‬‬
‫יו"ר ועד הפועל מוסדות סאטמאר‪ ,‬און א דעלעגאציע פון ארגון דרשו‬
‫אפצונעמען ברכת קודש צו די גרויסארטיגע פעולות חובקות לעידוד‬
‫לימוד וחזרת התורה‪.‬‬
‫עס האט זיך אנטוויקלט גאר א שיינער און לעבהאפטער שמועס‬
‫צווישן רבינו שליט"א און די אנוועזענדע תלמידי חכמים‪ ,‬וואו רבינו‬
‫שליט"א האט זיך פונקטליך נאכגעפרעגט אויף די פילזייטיגע פעולות‬
‫לטובה פון דער קערפערשאפט וואס קומט אן איבער דער גאנצער‬
‫וועלט‪ .‬און צום שלוס האט רבינו שליט"א זייער ווארים אנגעוואונטשן‬
‫דעם אנפירער הטפסר הרב האפשטעטער שליט"א שתשרה שכינה‬
‫במעשי ידיו להגדיל תורה ולהאדירה‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הרב הגאון רבי אברהם‬
‫יצחק זשוראוועל שליט"א‪ ,‬פון די עומדים בראש פון דער 'או‪.‬יו‪ '.‬כשרות‬
‫ארגאניזאציע‪ ,‬וועלכער איז ‪ -‬ווי פילע הונדערטער אידן מדקדקים‬
‫בכשרות פון אלע שיכטן און קרייזן ‪ -‬געקומען אין דעם טאג באקן מצות‬
‫אין דער בארימטער בית האופה דקהלתינו הק'‪ ,‬און איז אזוי נתפעל‬
‫געווארן פון די אויסערגעווענליכע חומרות והידורים וויאזוי די גאנצע‬
‫ווירטשאפט ווערט געפירט‪ ,‬מיט קפידות וזהירות וואס מ'זעט נישט דאס‬
‫גלייכן‪ ,‬אז ער האט אויסגעדרוקט זיין באגער פערזענליך אריבערצוגיין‬
‫צו כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס באגלייט פערזענליך דעם גאנצן מערכת‬
‫אפיית המצות‪ ,‬כדי אפצוגעבן פערזענליך דעם רבי'ן שליט"א א גרוס‪.‬‬
‫הרב זשוראוועל איז אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש אין‬
‫באגלייטונג פון הרה"ג רבי זושא כ"ץ שליט"א‪ ,‬מו"ץ בקהלתינו הק'‪,‬‬
‫וועלכער איז עומד על המשמר מיט דער השגחה אין דער מצה‬
‫בעקעריי אינאיינעם מיט'ן משגיח הרה"ג ר' יואל גליק שליט"א‪.‬‬
‫עס האט זיך אנטוויקלט גאר א הערליכער תורה'דיגער שמועס אין‬
‫פארשידענע הינזיכטן בעניני כשרות‪ ,‬ובפרט פון כשרות הבשר‬
‫און אפיית המצות‪ ,‬ווי רבינו שליט"א האט מיטגעטיילט דעם‬
‫גאסט איבער די פילע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט‬
‫געווארן בהוראותיו פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע‪ ,‬וועלכער האט‬
‫אראפגעשטעלט זיינע הייליגע יסודות און הדרכות אין יעדן ענין‪ ,‬וואס‬
‫פון זיי רירט מען זיך נישט אוועק‪ ,‬פון וואס דער גאסט איז זייער‬
‫באאיינדרוקט געווארן און ווידער אויסגעדרוקט זיין התפעלות פונעם‬
‫אויסערגעווענליכן הויכן כשרות ניווא פונעם בית האופה דקהלתינו‬
‫הק'‪.‬‬
‫■‬
‫אין די נאכמיטאג שטונדן האט רבינו שליט"א אנגערופן קיין‬
‫ארה"ק‪ ,‬צו מנחם אבל זיין די קינדער פון הרבני החסיד המפו' מנקיי‬
‫הדעת שבירושלים ר' נפתלי ראזענפעלד ע"ה‪ ,‬מייסד ומנהל מוסדות‬
‫בית לפליטות‪ .‬רבינו שליט"א האט מנחם געווען די קינדער‪ ,‬הרה"ח ר'‬
‫אביגדור הי"ו מראשי מוסדות תולדות אהרן‪ ,‬הרה"ח ר' משה יונה הי"ו‬
‫מנהל בית לפליטות און הרה"ח ר' בנימין הי"ו‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט ארויסגעברענגט עטליכע שטריכן פון זייער‬
‫געהויבענעם פאטער וועמען ער האט פערזענליך קענענגעלערנט און‬
‫אנגעוואונטשן שלא יוסיפו עוד לדאבה והמקום ינחם אותם בתוך אבלי‬
‫ציון וירושלים‪.‬‬
‫■‬
‫עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי חיים דוב‬
‫שטערן שליט"א‪ ,‬אבד"ק סקולען בני ברק‪ ,‬חדב"ן כ"ק מרן אדמו"ר‬
‫מסקולען שליט"א‪ ,‬וועלכער איז געקומען לאדענען כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א צו דער שמחת החתונה פון בנו החתן הי"ו‪ ,‬וועלכער איז‬
‫אויך מיטגעקומען‪ ,‬וואס קומט פאר דעם מאנטאג פ' יתרו אין בארא‬
‫פארק‪ .‬עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס און רבינו שליט"א‬
‫האט שואל געווען בשלומו פון מר חמיו האדמו"ר מסקולען שליט"א‪,‬‬
‫און דערנאך געווינטשן מברכותיו הטהורות צום חשוב'ן גאסט ובנו‬
‫החתן‪.‬‬
‫■‬
‫נאכמיטאג זענען אריבערגעקומען די קינדער פון כ"ק אדמו"ר‬
‫הרמ"ד מבאבוב שליט"א בשליחות אביהם‪ ,‬צו לאדענען רבינו שליט"א‬
‫צו דער שמחת החתונה פון א טאכטער פון באבובער רבי'ן שליט"א וואס‬
‫קומט פאר דינסטאג פרשת יתרו אין בארא פארק‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער‬
‫שמחת שבע ברכות בחצר בית יצחק דספינקא‪ ,‬וואס איז פארגעקומען‬
‫אין ספינקער בית המדרש אויף קיעפ סטריט‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד פונעם ציבור‬
‫אין שפיץ פון די מחותנים‪ ,‬און איז נתכבד געווארן מיט גרויס כבוד‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט געוואונטשן לחיים צום חתן און די געהויבענע מחותנים‪,‬‬
‫און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם מחול לצדיקים‪ ,‬צום‬
‫ערשט מיט'ן חתן‪ ,‬די מחותנים און מיט אלע בעלי שמחה אויפ'ן אויבן‪-‬‬
‫אן‪ ,‬און דערנאך האט דער ספינקער רבי שליט"א ארויסבאגלייט רבינו‬
‫שליט"א בכבוד והערצה‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך משתתף זיין ביי דער שמחת‬
‫שבע ברכות פון החתן בן מו"ה דוד לייב האלפערט הי"ו עב"ג מו"ה‬
‫בעריש קויפמאן הי"ו‪ ,‬אזוי ווי רבינו שליט"א האט זיך נישט געקענט‬
‫משתתף זיין ביי דער שמחת נישואין אויף סידור קידושין‪.‬‬
‫■‬
‫ביינאכט האט רבינו שליט"א זיך באטייליגט ביי דער לוי' פון‬
‫האשה החשובה אשת הרה"ח ר' אהרן יעקב רייך הי"ו‪ ,‬וואס איז‬
‫נעבעך פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן לעולם שכולו טוב‪ .‬די לוי' איז‬
‫פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול‪ ,‬און רבינו שליט"א האט מספיד‬
‫געווען בקול בכי ומספד‪ ,‬און דער ארון איז דערנאך געקומען לקבורה‬
‫אין שטח החדש פון בית החיים דקהלתינו אין קרית יואל‪.‬‬
‫■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪9‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫ברכת מזלא טבא‪ ,‬מעמקי דלבבא‪ ,‬לידידינו היקרים‪ ,‬אנ"ש הנכבדים‪,‬‬
‫מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים‪ ,‬שמם הטוב מפוארים‬
‫לרגל שהשמחה במעונם‬
‫ביהמ"ד הגדול‬
‫• •כ"ק הראב"ד שליט"א‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• •הרב שמואל דוד טויב שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •הרב אברהם לויפער שליט"א‬
‫אב"ד דאראג מגי"ש בביהמ"ד‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •הרב אברהם פוקס שליט"א‬
‫שו"ב ומגי"ש בביהמ"ד‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •הרב מאיר אברהם ליבערמאן שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה אשר אלימלך מייזעלס הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה אברהם ישעי' קאהן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה מאיר ישי' טייכמאן הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה וואלף שטארק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יואל יצחק טירנויער הי"ו‬
‫• •מו"ה מענדל מאיר יאקאבאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה מרדכי פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה משה אברהם ראזנער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה מנחם מענדל ראזנער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה אלטר ישראל משה ווייס הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה אלכסנדר גאלדבערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יואל יצחק טירנויער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה ליפא ברוין הי"ו‬
‫• •מו"ה מרדכי קליין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה אברהם ברוין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה דוד יצחק ווערצבערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יודא בנציון ווערצבערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫קיט"ל קליימער‬
‫• •אב"ד איבראן שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •הרב מאיר אברהם ליבערמאן שליט"א‬
‫לרגל הולדת נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה זלמן לייב גאלדמאן הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יואל ב"ר מענדל מאיר יאקאבאוויטש הי"ו • •מו"ה בנימין ארי' הלוי ווערצבערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמחה ווירצבערגער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫קיט"ל מורטול‬
‫• •מו"ה לוי גראס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה שמואל יעקב שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הכנסת בנו לעול התורה והמצות למז"ט‬
‫קיט"ל העריסאן עוו‪.‬‬
‫• •הרה"ג הדומ"ץ שליט"א‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה חיים יוסף שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה יונה שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל טרופ עוו‪.‬‬
‫• •הרה"ג הדומ"ץ שליט"א‬
‫לרגל הכנסת בנו לעול התורה והמצות למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב יצחק כ"ץ הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫בית יעקב נחמי'‬
‫קיט"ל בארא פארק‬
‫• •מו"ה יצחק זילבערשטיין הי"ו‬
‫• •משמש בביהמ"ד‬
‫• • הרב יושע נחמן בערגער שליט"א ‪ ‬‬
‫לרגל נישואי בנו נפתלי הירצקא למז"ט‬
‫• •מו"ה מרדכי געלב הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל סאוט ‪8‬‬
‫אוהל פיגא‬
‫• •הרב יעקב בער מאליק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •הרב שאול יחזקאל פערלשטיין הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יודא ארי' פריעדמאן הי"ו‬
‫סגן ראה"ק ‪ -‬לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• •מו"ה חיים הערש שווימער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב לייב וואלדמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪10‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫• •מו"ה יחזקאל אמסעל הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב חיים אפרים פרענקל הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה שלמה שווימער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •‪ ‬מו"ה מענדל שווימער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יושע פרענקל הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יואל פרענקל הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה נפתלי שכנא בערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה שלמה מאשער הי"ו‬
‫לרגל הולדת בנו למז"ט‬
‫קיט"ל קרית יואל‬
‫• •מו"ה שלמה טירנויער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה יודא שעהנברוין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה פנחס יושע עסטרייכער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה משה סטראלאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה אהרן אליעזר גרינהוט הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה שבתי שאול גראס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• •מו"ה שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה אפרים אביגדור היימאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• •מו"ה יעקב הערש זילבערשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה שלום אשר בערקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הכנסת בנו לעול התוה"מ למז"ט‬
‫• •מו"ה יצחק שלום מאנן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• •מו"ה הערשל בר"א מאנן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• •מו"ה ישראל ברוך גרינוואלד הי"ו‬
‫לרגל שמחת נישואיו‬
‫יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שישלם להם משכורתם בכפליים‪ ,‬משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים‪ ,‬שפע ברכה והצלחה משמי מעונים‪,‬‬
‫רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים‪ ,‬כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים‪ ,‬חסדי ה' לעולמי עולמים ‪.‬‬
‫המברכים באהבה השמחים בשמחתם‬
‫ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו‬
‫מודעה‪ ,‬הודאה ובקשה‬
‫מיט דעם ווילן מיר מעלדן אז דער זוכה בגורל פונעם‬
‫זריזין מקדימין גורל‬
‫איז ידידינו מו"ה יחזקאל ברא"י גאלדבערגער‬
‫הי"ו‬
‫מיר באדאנקען מקרב הלב אלע אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך שוין אנגעשלאסן ביז איצט‬
‫און באצאלט זייער מעמבערשיפ‪ ,‬און מיר אפעלירן פון הארצן טיפן א הייסע בקשה צו די‬
‫וואס האבן זיך נאכנישט אנגעשלאסן‪ :‬אנא אל תעמדו מנגד! ערפולט אייער התחייבות‬
‫אלס חבר הקהלה און באצאלט ווי אמשנעלסטנס אייער מעמבערשיפ; געניסט פון די‬
‫פילע בענעפיטן און איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער אויף די רייכע גורלות בעז"ה‪.‬‬
‫איר קענט איבערגעבן אייער מעמבערשיפ צו די שמשים וואס זיצן טעגליך‬
‫אין אלע בתי מדרשים דקהלתינו הק'‬
‫בכבוד רב‪ ,‬הנהלת הקהלה‬
‫צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ‪-‬פאסט שיקט אן אימעיל צו‪News@CYLS.org :‬‬
‫‪Sponsored By:‬‬
‫‪Project: YF MARKETING | 718.514.6717‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪11‬‬