בס"ד נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר" מאנטאג משפטים | תשע"ב 11 להורות את המעשה אשר יעשון: לאות הכרה והוקרה: חדר בית הוראה אין בית המדרש הערליך איבערגעפרישט לשם ולתפארת 'חברי הזהב' דקהלתינו ערהאלטן קארב 'פירות לחמשה עשר הערליכע ָ בשבט' פון הנהלת הקהלה דער חדר 'בית הוראה' אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אויף ראדני סטריט ,איז באקאנט אלס תל תלפיות וואו הונדערטער אברכים ובעלי בתים ווענדן זיך ,מן הבוקר ועד הערב ,אנצופרעגן זייערע שאלות להלכה ביים דומ"ץ בית המדרש הגדול ,הרב הגאון רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א ,בן כ"ק הגה"צ ראב"ד דקהלתינו שליט"א ,וואס איז משיב לשואלים דבר ,מיט אויסערגעווענליכע קלארקייט. עקסטער גיט דער דיין שליט"א זיך אוועק בלב ובנפש פאר פרישע יונגעלייט נאך די חתונה ,לנחותם הדרך ולהורות את המעשה אשר יעשון ,צו פירן אויפ'ן ריכטיגן תורה'דיגן וועג אוועקצושטעלן די יסודות פאר א בית נאמן בישראל ,מיט אויסטערלישע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט ,וואס מ'זעט כמעט נישט דאס גלייכן. אזוי ווי דער צאל פון שואלים וואקסט ממש מדי יום ביומו, און דאס פלאץ האט זיך אויסגעפעלט אהערגעשטעלט צו ווערן אלס מקום מוכשר אויפצונעמען די אינגעלייט השואלים בדבר ה' זו הלכה ,האט די הנהלת הקהלה ,מיט די הילף פון א נדבן חשוב מתומכי קהלתינו הרוצה בעילום שמו ,גענצליך איבערגעפרישט דעם בית הוראה פונדאסניי ,אהערשטעלנדיג א שיינעם ווארט-צימער ,וואו די פילע אברכים קענען זיצן און באקוועמען ַ ווארטן אין דער רייע אריינצוגיין צום דיין שליט"א ,איבערהויפט האט מען איינגערישט דעם חדר הדומ"ץ שליט"א זעלבסט ,וואס מ'האט איינגעריכטעט מיט מעבל און ספרי קודש ,כראוי וכיאות לכבודה של תורה ,לשם ולתפארת. אשר תשים לפניהם ,כשלחן הערוך לאדם! ■■■ אלס צייכן פון דאנקבארקייט און אויסדרוק פון דאנק צו די חשוב'ע 'חברי הזהב' ,די טייערע חברי הקהלה נדיבי עם ,וועלכע נעמען א גרעסערן טייל אינעם אויפהאלט פון דער קהלה ,נושא בעול צו זיין אין די הוצאות הקהלה ,און דערמעגליכן דערמיט דאס עקזיסטענץ פון קהל עדתינו ,האט די הנהלת הקהלה ,לכבוד דעם ראש השנה לאילנות ,חמשה עשר בשבט ,ארויסגעשיקט קארב, ָ פאר זיי א הערליכן אנגעפולט מיט אלע ערליי פירות און געטרוקנטע פרוכטן ,שיין און מוסטערהאפטיג אויפגעשטעלט אויף א נאבעלן פארנעם ,און עס פערזענליך אפגעשיקט צו יעדן איינעם אין שטוב אריין ,לכבוד יום טוב. ווי געזאגט זענען די 'חברי הזהב' די סאמע בריכי התיכון פון קהלתינו הק' ,מיט'ן נעמען א גרעסערן טייל אינעם יערליכן מעמבערשיפ ,און קהל זוכט דעריבער ביי יעדע געלעגנהייט ארויסצוצייגן דעם הכרת הטוב און אנערקענונג על רבת פעלם הטוב .צום ערשט געניסן זיי פון א ריי ספעציעלע גאר ווערדפולע בענעפיטן און סערוויסעס ,פיל מער פון די אלגעמיינע בענעפיטן פאר די רעגולערע מעמבערס ,און דאס זעלבע טוט מען פון צייט צו צייט אהיימשיקן געשאנקען כדי ארויסצוברענגען דעם הכרת הטוב .די שיינע מתנה איז ב"ה אויפגענומען געווארן מיט שטארקע צופרידנהייט. עמודי התוך! ■■■ בתוככי הקהלה »»1 וויליאמסבורג גדלו והצליחו וגם עשו פרי: 'עליך יסמוכו' מעמבערשיפ קאמפיין אפגעהאלטן מיט גרויס הצלחה ב"ה; גליקליכע געווינערס געצויגן ■■■ קול חתן וקול שמחה: הערליכע מסיבת שבע ברכות אפגעהאלטן לכבוד דעם משמש ביהמ"ד דקיט"ל בית יעקב נחמי' מורטול עוו. דער העפטיגער 'קהל עדתינו עליך יסמוכו' מעמבערשיפ- קאמפיין ,וואס האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט אין די לעצטערע וואכן ,איז דעם היינטיגן מאנטאג געקומען צו א סוקסעספולער ענדע .דער קאמפיין איז אנגעגאנגען מיט א שטארקן אייפער אין די לעצטערע מ'האט וועלכן אין וואכן, שטארקן א אונטערגענומען אויפקלערונגס קאמפיין יעדער מעמבער זאל פארשטיין וויפיל מ'טוט געניסן פון קהל ,און אז אן די כסדר'דיגע שטיצע פון יעדן מעמבער איז איינפאך נישט שייך צו קענען אנגיין ווייטער בעול הוצאות הקהלה .אין ספעציעלע 'קונטרסים' און 'בולעטינען' אויפקלערונגס מאטריאל האט זיך דער ציבור באגעגענט פון דער נאנט מיט די פרעכטיגע פירות פונעם מעכטיגן אילנא דחיי :קהל יטב לב דסאטמאר. דער געטרייער משמש ביהמ"ד גיט זיך אוועק בלב ובנפש דורכאויס דעם גאנצן יאר פאר די הצלחה פון ביהמ"ד בכלל און פאר יעדן מתפלל באזונדער בפרט ,און ביים אפגעהאלטענעם שבע ברכות האט זיך ָא ּפגעשפיגלט די געפילן פון הכרת הטוב פון כל הקהל הקודש צום געטרייען עוסק בצרכי ציבור באמונה .עס איז געווען נאבל שיין צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך ,און דער ציבור האט פארברענגט אינאיינעם שבת אחים לדעה גם יחד .אין שפיץ האבן זיך אנגעזען די חברי ועד הנהלת ועסקני הקהלה און דער לעגענדארע בוני בית המדרש ,הרבני היקר הנכבד והמפואר מו"ה אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו ,און די פילע עסקני וראשי הנהלת ביהמ"ד. א שטארק אינסטרומענטאלע ראלע צום דערפאלג פונעם קאמפיין ,האבן געשפילט די געטרייע חשובע שמשים שיחיו דקהלתינו ,וועלכע האבן מיט'ן גאנצן הארץ זיך אוועקגעגעבן איינצוקאסירן די מעמבערשיפ ביי די טישלעך אין זייערע בתי מדרשים ,און אנצואווארימען די הערצער פון די מתפללים אין זייער ביהמ"ד ,צו פארשטיין וויפיל יעדער איז אנגעוויזן אין צענטראל קהל ,אויף א טאג טעגליכן באזיס ,מדי יום ביומו .וחפץ ה' בידם הצליח ,ווי דער ציבור האט זיך צוגעשטעלט אויף א הערליכן פארנעם. עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הר"ר יואל בהרא"מ מייזליש שליט"א מחשובי מתפללי ביהמ"ד ,אויך האט דער מחותן המשמש שיחיו אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און זיך הערצליך באדאנקט פארן ציבור וואס האט זיך אזוי שיין אהערגעשטעלט מיט די שמחה ,שפעטער האט מוה"ר חיים יושע הארטמאן הי"ו משמח געווען מיט הערליכע קונץ שטיק בשמחת חתן וכלה ,ברכת המזון און שבע ברכות איז צוטיילט געווארן פאר די חשובע עסקנים ביהמ"ד ,און דערנאך האט מען זיך משמח געווען בריקודין של שמחה. דעם היינטיגן מאנטאג אווענט האט מען ב"ה געצויגן די גליקליכע געווינערס :מו"ה יואל זעלצער הי"ו דעם 'זילבער טיש'; הרב ליפא אייזיקאוויטש הי"ו פון בארא פארק 'חתונה פעקעדזש'; מו"ה יואל ברמ"מ פעדער הי"ו 'בר מצוה פעקעדזש'; מו"ה יצחק מרדכי פאללאק הי"ו דעם 'זרעו בחיים' פעקעדזש. ■■■ דערמיט האט זיך סוקסעספול ב"ה געשלאסן דער היי- יאריגער שבט קאמפיין ,דער אמת איז אבער אז עס שליסט זיך קיינמאל נישט ,און די הנהלת הקהלה בעט טאקע פון די אלע וואס האבן נאכנישט אויסגעצאלט זייער מעמבערשיפ ביז איצט, זיי זאלן עס מער נישט אפלייגן אויף שפעטער ,זיי קענען אלעמאל עס אריינברענגען אין קהל'ס אפיס ,אדער איבערגעבן פאר די שמשי הקהלה פון אלע אונזערע בתי מדרשים ,און דערמיט געניסן פון די קהל'ישע מעמבער פארדינסטן. ישראל קדושים הם נתבעים ונותנים! א שיינער ציבור מתפללי ובאי בית המדרש דקיט"ל בית יעקב נחמי' מוירטל עוו ,.האבן זיך דעם נעכטיגן זונטאג מיטאג באטייליגט ביי דער שיין-צוגעשטעלטער שמחת שבע ברכות, לכבוד דעם געטרייען איבערגעגעבענעם משמש ביהמ"ד ,מו"ה יצחק זילבערשטיין הי"ו ,לרגל שמחת נישואי בנו הבחור החתן כמר נפתלי הירצקא הי"ו ,ממצויני ישיבתינו הק' ,עב"ג בת ידידינו היקר, מו"ה בעריש עסטרייכער הי"ו. חברא קדישא -מפעל ארץ החיים קאמפיין צום ּ אונטערגענומען שטארקן בעפארשטייענדן יום החברא קדישא 'ז' אדר' הבעל"ט די חברא קדישא דקהל יטב לב דסאטמאר האט אונטערגענומען א שטארקן קאמפיין איינצומאנען די 'ארץ החיים' התחייבות ,לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום המיוחד להחברא קדישא מדור דור ,ז' אדר ,די יומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה, וואס כנהוג האט מען זיך אין אלע קהלות בישראל געפירט מקדיש צו זיין דעם טאג למען החברא קדישא .אין די לעצטערע יארן, זינט דער קנין שטח הבית העלמין אין קרית יואל ,האט מען בתוככי הקהלה »»2 וויליאמסבורג ווידעראמאל אויפגעפרישט דעם מנהג ישראל קדושים און צווישן די מעמבערס פון די קהלה ווערט דער טאג געווידמעט זיך צו פארטראכטן אויף די פעולות החברא קדישא ,און זען דערצו ארויסצוהעלפן בכל היכולת. דער גרעסטער טייל פון די חברי הקהלה האבן שוין במשך די פארלאפענע העכער 2יאר אויסגעצאלט זייער ארץ החיים התחייבות ,וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן בפסק דין דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק .אבער די חברא קדישא איז אנגעוויזן אין ממש יעדן איינציגסטן חבר הקהלה פולקאם אויסצוצאלן זיין התחייבות ,ווייל מ'איז נאך אנגעוויזן אין א הון תועפות צו קענען באצאלן די אסטראנאמישע קאסטן פון 6מיליאן דאלער ,וואס עס האט אפגעקאסט דער אפקויף און איינריכטונג פונעם שטח הבית החיים החדש ,וואס האט אפגעראטעוועט דעם כבוד און קיום קהלתינו הק' אויף שטענדיג עד ביאת הגואל. צו דעם צוועק ווערט ווידעראמאל אקטיוויזירט דער פאפולערער 'ונתנו גורל' ,צוריקצוגעווינען 12מאל דעם סכום וואס מען וועט איינצאלן יעצט אין די טעג פאר מפעל ארץ החיים2 , גליקליכע געווינער זענען שוין געצויגן געווארן אין די לעצטע 2יאר אויף דעם קאלאסאלן געווינס ,און ביידע האבן געווינען א הערליכע סומע אין קעש-געלט .ווי עס ווערט ערווארט וועט ווידעראמאל אויפגעטריבן ווערן א שטארקע מאמענטום צווישן אלע חברי הקהלה ,און דעםיומא קדישא ז' אדר הבא עלינו לטובה ,וועלן שוין אלע חברי הקהלה זיין אריינגעגלידערט אינעם פאראייניגטן כח הרבים פון אלפי חברי קהלתינו ,הסרים למשמעתם פון כ"ק מרן רבינו שליט"א והביד"ץ דקהלתינו שליט"א ,אויסצוצאלן דעם התחייבות ארץ החיים. יומא קדישא ,מיוחד להחברא קדישא! דער דיין שליט"א האט ארומגערעדט אינעם ענין 'כי האדם עץ השדה' ,און מיט וואס מען דארף זיך מחזק זיין ,ובפרט די שווערע דורות וואס עס זעהט אויס ווינטער און טונקעל ,אבער מיט דעם אלעם דארף מען האלטן פאר די אויגן אז דאס איז נאר א צייטווייליגע דורכגאנג ,און ביי דער ענדע וועט נאך זיין ליכטיג, בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה ,מ'דארף זיך אנהאלטן מיט אלע כוחות ,זיך צו אנהאלטן ביי די ריינע אמונה און נישט נאכלאזן קיין קוצו של יו"ד. די ווארימע דיבורים ביים הערליכן שיעור האט געלאזט א שטארקן רושם אויף די מאסן באטייליגטע. ■■■ גרויסער עולם ערווארטעט צו דרשת התעוררות לסיום ימי השובבי"ם ע"י רא ּפ ַארק שליט"א בא ָ הגה"צ דומ"ץ ָ צו די ענדע פון די ימי הושבבי"ם וואס זענען ב"ה פאריבער מיט גרויס התעוררות בקרב הקהלה ,האט די הנהלת התאחדות אברכים פאררופן א גרויסארטיגע אסיפת ודרשת התעוררות ,וואו עס וועט אי"ה אויפטרעטן מיט א דרשה ,הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א ,דומ"ץ סאטמאר בארא פארק וחבר הביד"ץ דקהלתינו. די דרשה פון בארא פארקער דיין שליט"א וועט פארקומען דעם מיטוואך פר' משפטים אין היכל בית המדרש הגדול און ס'ווערט ערווארט א גרויסער ציבור בעלי בתים ואברכים וועלכע וועלן קומען הערן דעם דבר ה' פון חשוב'ן דיין שליט"א ,וועלכער איז אומעטום בארימט מיט זיינע ווארימע דרשות בכל עת מצוא. ■■■ קרית יואל גרויסער ציבור דערקוויקט זיך ביי 'שיעור חמשה עשר בשבט' פון הרה"ג דומ"ץ ביהמ"ד תהלות יואל שליט"א אין טאג פון חמשה עשר בשבט ,ראש השנה לאילנות, האט די התאחדות אברכים ספעציעלער שיעור אראנזשירט א ּ לכבוד היום ,פון הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א ,דומ"ץ ביהמ"ד תהלות יואל ,אין ביהמ"ד הגדול, מיט דער באטייליגונג פון א ריזיגן ציבור בעלי בתים בחורי חמד ואברכים. ■■■ מעמבערשיפ קאמפיין גאלאפירט פאראויס מיט גרויס הצלחה דער מעמבערשיפ קאמפיין גייט אן מיט גרויס הצלחה .א ריזיגער ציבור האט שוין אויסגעצאלט ,מען קוקט ארויס אויף די איבריגע זאלן נישט ארויספאלן פונעם כח הרבים .די וואך ווערט ארויסגעשיקט די בענעפיטן קארטלעך ,און קומענדיגע וואך ר"ח אדר לויפט אויס די אלטע קארטלעך און וועט מער נישט זיין אפעקטיוו. דורכאויסן קאמפיין האבן זיך אויפגעצייכנט אסאך פרישע מעמבערס ,וועלכע זענען געווארן א טייל אין די עצם אויפהאלט פון די קהלה ,חבר אני לכל אשר יראוך .צו דער זעלבער צייט איז שטארק קענטיג די געטרייע ארבעט פונעם וועד הפועל וואס איז נתמנה געווארן ע"י כ"ק מרן רבינו שליט"א ,זיי קומען זיך צונויף אויף וועכנטליכע מיטינגען ,צו באהאנדלען אלעס אויפ'ן סדר היום, צו אויפארבעטן די הכנסות למען החזקת הקהלה .זיי האבן שוין באוויזן אויפצוטוען אין די קורצע צייט גדולות ונצורות ועוד ידם נטוי' בעז"ה להגדיל תורה ולהאדירה. חפץ ה' בידם יצליח! בתוככי הקהלה »»3 ירושלים צהלי ורוני יושבת ציון: ירושלים של מעלה אונטער'ן רושם פון אומפארגעסליכע טעג במחיצתו פון כ"ק מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א אנ"ש בארה"ק נעמען אנטייל ביי די גרויסע חתונה בבגדי שבת ברנה ובצהלה געהויבענע סעודת רעוא דרעוין בצ"ק מרן הראב"ד שליט"א בביהמ"ד אהל רחל ד'סאטמאר גרויסארטיגע שמחת השבע ברכות מוצאי שב"ק צוגעשטעלט דורך די סאטמארער מוסדות אין ירושלים ירושלים - .סאטמארער חסידים דאהי אין ירושלים עיה"ק האבן מיטגעלעבט גייסטרייכע דערהויבענע טעג מיט'ן גרויסן גאסט הגאון האדיר בוצ"ק מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א וועלכער איז געווען צוגאסט אין ארץ ישראל לרגל נישואי נכדו החתן הי"ו ,בן בנו הגה"צ דומ"ץ דקיט"ל העריסאן שליט"א ,עב"ג הכלה בת כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. די געהויבענע חתונה איז פארגעקומען מיטוואך נאכט אין 'הר טוב' געגנט אין בית שמש במעמד אלופי אלפי ישראל ,ועל צבאם די גרויסע מחותנים מרן הראב"ד שליט"א ומחותנו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. א שיינער צאל סאטמארער חסידים פון ארץ ישראל אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א האבן אנטייל גענומען ביי די גרויסע רבי'שע חתונה מלובש בבגדי שבת לכבוד דעם ראש בית דין שליט"א. דער שבת שבע ברכות איז געפראוועט געווארן אין ק"ק תולדות אהרן ,וואו דער ראב"ד שליט"א האט מפאר געווען דעם געהויבענעם שבת .פרייטאג צונאכטס איז ער מכובד געווארן מיט תפילת מנחה בפני התיבה אין ביהמ"ד הגדול דתולדות אהרן, וברגשי להבות אש .אויך האט דער ראב"ד שליט"א באשיינט דעם שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס וואו עס איז געפראוועט געווארן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א טרעט אויף לכבודו פון כ"ק הראב"ד שליט"א די שבע ברכות .שבת בייטאג האט דער ראב"ד שליט"א געדאוונט אין די ישיבה פון ברסלב רח' מאה שערים ,אינאיינעם מיט די פילע צאל געסט וועלכע זענען מיטגעקומען מיט'ן ראב"ד שליט"א זיך מיטפרייען מיט די שמחת בית צדיקים. אויף שלוש סעודות איז דער ראב"ד שליט"א נעתר געווארן צו די בקשה פון הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א צו פראווען אין סאטמארער ביהמ"ד בקרב קהל אנשי שלומינו .די סעודת רעוא דרעוין בצל מרן הראב"ד שליט"א איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט ,אן ערהאבענע אטמאספערע האט געשוועבט אין ביהמ"ד ווען דער ראב"ד שליט"א האט פארגעזאגט בקול חוצב להבות די פסוקי קבלת עול מלכות שמים ,דערנאך האט דער ראב"ד שליט"א פארגעלערנט דברות קודש פון רביה"ק זי"ע מימי השובבי"ם וואס איז געזאגט געווארן בקול בכי מעורר הלבבות. מוצאי שב"ק איז פארגעקומען די גרויסארטיגע שבע ברכות וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך מוסדות יטב לב אין ירושלים לכבוד דעם גרויסן גאסט מרן הראב"ד שליט"א ופמלייתו הנכבדה. די סעודת השבע ברכות איז פארגעקומען בביהמ"ד הגדול ויואל משה אין קרית ויואל משה ,וואס איז געווען פול געפאקט עד אפס מקום פון די הונדערטער חברי הקהילה .אויך האבן זיך אנגעזען פילע געסט פון חוץ לארץ נגידים חשובים תומכי מוסדותינו הק' יטב לב בעיה"ק ירושלים. טייל פון דער הערליכער אויבנאן ביי די געהויבענע שמחה בתוככי הקהלה »»4 ירושלים ווען דער ראב"ד שליט"א איז ערשיינען אין ביהמ"ד האט דער גאנצער עולם זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד "קול צהלה ורנה שפתינו תרננה" ,דער ראב"ד שליט"א האט באגריסט דעם גאנצן עולם במאור פניו ,און זיך געוואשן צו די סעודת שבע ברכות ומלוה דמלכה .דער יו"ר הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין שליט"א מנהל המוסדות האט ווארים ענטפאנגען דעם גרויסן גאסט ,און האט דערביי ארומגערעדט בשבח פון די נדיבי עם סגולה וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין ,וועלכע זענען פון די עמודי התווך פון מוסדותינו הק' אין ירושלים; הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בנועם שפתיו בדברי דרוש ואגדה איבער די געוואלדיגע זכיה וואס די בני ירושלים האבן מיטצוהאלטן די גרויסע שמחה בבית הראב"ד שליט"א. דער אבי החתן הגה"צ ר' ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהילתינו העריסאן ,האט אין זיינע ווערטער באדאנקט די הנהלת המוסדות פאר'ן צושטעלן די שיינע שבע ברכות ,און האט א לענגערע צייט מאריך געווען בדברי תורה במשנתו הטהורה של מרן רבינו הק' זי"ע. נאך די דברי תורה פונעם חשוב'ן דיין שליט"א האט דער יו"ר מכבד געווען האברך המפואר הר"ר ישראל איסר שטעסל הי"ו מטובי המשוררים בחצר קדשינו אין ירושלים מיט דברי חרוזים לכבוד המאורע .אין די דברי חרוזים האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה צו מיטהאלטן א שמחה בבית הראב"ד שליט"א און האט דערביי ארויסגעברענגט די קשר וואס דער ראב"ד שליט"א איז אונז מקשר מיט'ן רבי'ן זי"ע וועלכער האט אים ממנה געווען לדון ולהורות בקרב ישראל .אזוי אויך האט מען ארויסגעברענגט א בקשה פאר'ן ראב"ד שליט"א ער זאל משפיע זיין בעת חדוותא זו השפעות טובות פאר די ירושלימ'ער מוסדות, וראה בטוב ירושלים. דערנאך האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט אין א טייל פונעם ריזן ציבור אנשי שלומינו ביי די שמחה פייערליכע ריקוד ,וינועו אמות הסיפים .דער ראב"ד שליט"א האט מכבד געווען דעם רב שליט"א צו טאנצן מיט'ן חתן ,דאן האט דער רב שליט"א געטאנצן מיט'ן תולדות אהרן רבי שליט"א און מיט'ן ראב"ד שליט"א .אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים במחול לצדיקים. דער קלימאקס פון די מסיבה איז געווען ווען דער ראב"ד שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אלע נאספים. מיט א קול רגש האט דער ראב"ד שליט"א אנגעהויבן :לא איש דברים אנוכי ,איך בין נישט געקומען האלטן קיין דרשות ,ווייל 'במקום גדולים אל תעמוד' עס זיצן דא גדולים מנהיגי ישראל דער תו"א רבי שליט"א און דער רב שליט"א ,איך בין נאר געקומען אנוואונטשן פאר'ן ציבור וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין אין מיין שמחה' ,ואל תהי' ברכת הדיוט קלה בעיניך' און האט דערביי געוואונטשן ברכות לרוב פאר ישועות הכלל והפרט. דאן האט דער רב שליט"א מכבד געווען דעם תו"א רבי שליט"א מיט ברכת המזון ,און מיט שבע ברכות איז פארטיילט געווארן פאר די נדיבים תומכי המוסדות פון חו"ל און פאר הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א חדב"נ .מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער ראב"ד שליט"א .נאך ברכת המזון ושבע ברכות איז דער עולם אריבערגעגאנגען מאסנווייז צו וואונטשן ברכת מזל טוב פאר די געהויבענע מחותנים שליט"א ,און דאן האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ, אינאיינעם מיט די מחותנים וועלכע האבן געטאנצן אינדערמיט פון ביהמ"ד מיט'ן חתן. מיט דעם האט זיך געשלאסן דער קייט פון געהויבענע טעג מיט מרן ראב"ד ירושלים שליט"א ,וועלכער קערט זיך אום די היינטיגע וואך למעונו אין ניו יארק ,איבערלאזנדיג הויפנס השפעות טובות צום יהדות החרדית הנאמנה דיירי ארה"ק. ימי ביקורי ענווים. דער מחותן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד קיט"ל העריסאן שליט"א טרעט אויף בדברי תורה וברכה בתוככי הקהלה »»5 מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | יתרו • משפטים אויפדערנאכט איז אריבערגעקומען אל ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א ,ש"ב הרה"ג ר' העניך באב"ד שליט"א ,פון בארא פארק ,אינאיינעם מיט בנו החתן בנש"ק הי"ו ,צו לאדענען רבינו שליט"א צו דער שמחת החתונה און אפנעמען ברכת קדשו. איז שוין אויך יעצט די פאסיגע צייט שטייענדיג אפגערוקט דרייסיג טאג פאר פורים מעורר צו זיין איבער די ימי חודש אדר הבאים קראתינו לשלום ,אז מ'זאל דאס אויסנוצן אויפ'ן ריכטיגן אופן און מיט אן ערנסטקייט ,ווי די חז"ל פארלאנגען הדר קבלוה מאהבת הנס ,און נישט ח"ו פארקערט ,אויסמישן די שמחה דקדושה מיט הוללות און מיט'ן טוען אומפאראנטווארטליכע מעשים וואס ברענגט נישט קיין קידוש שם שמים. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס איבער די געהויבענע זיידעס, די אבות הקדושים פון וועמען חתן כלה ציען זייער יחוס ,און צו דער ענדע האט רבינו שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן ,די חתונה זאל זיין בשעטו"מ און מ'זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מתוך שמחה ונחת. בפרט האט רבינו שליט"א מעורר געווען מ'זאל נישט מיינען אז מ'קען שוין נאכלאזן פון די התמדה ווייל מ'שטייט שוין סוף זמן ,נאר אדרבה ,מ'זאל זיך מחזק ומאמץ זיין ביתר שאת ועוז .די בחורים האבן נאך די דרשה זיך פארגענומען אויסצונוצן די קומענדיגע טעג פאר התעלות והתמדת התורה. ■ ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגן צום בית המדרש הגדול דפאפא אין וויליאמסבורג ,וואו עס איז פארגעקומען די גרויסע רבי'שע חתונה בחצרות פאפא–דינוב .רבינו שליט"א איז אנטפאנגען געווארן פון די געהויבענע מחותנים און זיידעס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א און די אלפי המשתתפים מיט אויסערגעווענליכע רגשי כבוד והערצה .רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם חתן און די געהויבענע מחותנים מברכותיו הטהורות .דערנאך איז רבינו שליט"א ארויס אין א געהויבענעם טאנץ מיט'ן חתן און מחותנים שליט"א. אין די נאכמיטאג שטונדן האט רבינו שליט"א אנגערופן מנחם אבל זיין די קינדער פון הרה"ח מוה"ר ישראל פעדער ע"ה ,פון קרית יואל ,וואס איז די פארגאנגענע וואך נסתלק געווארן לחיי העולם הבא .רבינו שליט"א האט מנחם געווען זיינע חשוב'ע זין :הרה"ח ר' זלמן הי"ו און הרה"ח ר' בערל הי"וֹ, און געוואונטשן שהמקום ינחם אותם בתוך אבלי ציון וירושלים ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולם. מאנטאג יתרו ■ ■ ביינאכט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צו סידור קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן בן מוה"ר יעקב שלמה גרינוואלד הי"ו -עב"ג הכלה בת הרה" ר' מנחם מאניס ניישטיין הי"ו ,אין די תקנות-זאל פרדס פיגא אין וויליאמסבורג. אין די פארמיטאג שטונדן האט רבינו שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין ישיבה קטנה חלק ג' ,אונטער די הנהלה פון הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזעלס שליט"א ,אינעם בנין הישיבה אויף ראטדליזש סטריט ,כדי מחזק צו זיין די בחורים אנצוגיין מיט זייער התמדה וחשקות התורה .ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען האבן די בחורים געהאלטן טיף אינמיטן לערנען און דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט הנאה דקדושה ווי די בחורים לערנען פלייסיג בקול רעש גדול. ■ דינסטאג יתרו דערנאך האט דער רבי שליט"א פארהערט די תלמידי הישיבה די חזרה אויף עטליכע בלעטער פונעם ערשטן פרק אין מסכת פסחים וואס זיי האבן יעצט געענדיגט איבער'חזר'ן .נאכ'ן פארהער זענען אלע בחורים זיך צוזאמגעקומען אין היכל בית המדרש ,וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברי התחזקות פאר די בחורים. רבינו שליט"א האט דערביי באזונדער מעורר געווען תלמידיו הנאמנים איבער די ימי חודש אדר ופורים המשמשים ובאים ,אז פונקט ווי מ'זעט דא אין מסכתא פסחים 'שלשים יום קודם החג שואלין ודורשין בהלכות החג', אין די שפעטערע אווענט שטונדן איז אריבערגעקומען אל ביתו נאוה פון רבינו שליט"א הגה"צ אבד"ק דושינסקיא שליט"א ,וועלכער איז געקומען לאדענען דעם רבי'ן שליט"א ,צו דער שמחת נישואין פון בתו הכלה שתחי', עב"ג החתן בנש"ק בן הרה"ג ר' העניך באבאד שליט"א .עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים ,רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן דעם געהויבענעם מחותן מברכותיו הטהורות. ■ דערנאך זענען אריינגעקומען אל הקודש פנימה 16בחורים מצוינים, תלמידי ישיבה קטנה וצעירים בראשות די מנהלים הרה"ג ר' מנשה כ"ץ שליט"א הרב משה יודא פריעדמאן שליט"א הרב יעקב יצחק טייטלבוים שליט"א הרב שמעון ישראל מייזליש שליט"א 4 ,בחורים פון יעדע סניף ,די חשובע בחורים זענען געווען זוכים בגורל וואס איז געמאכט געווארען דורך די הנהלה רוחניות פון די ישיבות פאר בתוככי הקהלה »»6 די בחורים וואס האבען זיך מצטיין געווען מיט'ן לערנען פילע שעות לימוד התורה ברציפות דורכאויס די ימי השובבי"ם .יעדער עקסטער איז אריבערגעגאנגען רבינו שליט"א אפנעמען געבענטשטע אתרוג און דער רבי שליט"א האט דערביי יעדן פערזענליך מחזק געווען און אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות ,צו שטייגן מעלה מעלה על במתי התורה. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד המפו' מוה"ר יחזקאל שווימער הי"ו ,זון פון הרבני הנגיד המפו' הרה"ח מוה"ר מענדל שווימער הי"ו ,ראה"ק דקהל יטב לב וחבר הנהלת המוסדות אין קרית יואל, וואו עס איז געפראוועט געווארן א פרעכטיגער באנקעט לטובת קופת רבינו טוב וחסד ,אינאיינעם מיט'ן שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט. התלמידים. דערנאך איז אריינגעברענגט געווארן פאר רבינו שליט"א א הערליכער טאץ אנגעראכטן מיט אלע מינים פירות און פרוכטן לכבוד היום כנהוג וואס די תלמידי הישיבה האבן צוגעגרייט פראכטפול שיין ,אויסגעצירט אין פארעם פון טייטלביימער .דער רבי שליט"א האט טועם געווען פון עטליכע מינים און דערנאך פארטיילט שיריים יעדן תלמיד באזונדער אין ספעציעל צוגעגרייטע זעקלעך פון דער הנהלת הישיבה .אלע תלמידים זענען אריבערגעגאנגען כבני מרון אפנעמען שיריים פונעם רבי'ן שליט"א ולהתברך מברכותיו ,ווען בשעת מעשה איז מען ממשיך מיט'ן זינגען פאסיגע ניגונים "אילן אילן במה אברכך" און אזוי ווייטער. נאכ'ן בענטשן על הכוס ,האבן זיך די תלמידי הישיבה תיכף ומיד אומגעקערט צום היכל הביהמ"ד ,וואו מען האט געדאווענט תפלת מנחה ברוב עם הדרת מלך ,און זיך געזעצט לערנען מיט א פרישקייט און התחדשות, זייענדיג אונטער'ן איינדרוק פון די ווארימע דיבורים מפי רבם ומאורם .דער רבי שליט"א איז פארבליבן א שטיק צייט אין היכל הישיבה מיטהאלטנדיג מיט קענטיגער הנאה וקורת רוח די געוואלדיגע התמדה בין כותלי הביהמ"ד. די מסיבה איז פאררופן געווארן פונעם בעל אכסני' אינאיינעם מיט זיינע שותפים לדבר מצוה הרה"ח ר' חיים יודא פערלשטיין הי"ו ,הרה"ח ר' נטע וואלף הירש הי"ו ,חבר הנהלת הישיבה והמוסדות ,הרה"ח ר' מאיר הערש גרינפעלד הי"ו ,הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו ,חבר הנהלת מוסדות יטב לב און הרה"ח ר' משה ברי"ו פריעדמאן הי"ו ,חבר הנהלת המוסדות. ■ עס איז געווען א הערליכע באטייליגונג פון געקליבענע נדיבים בעם תומכי הקופה ,וועלכע האבן מיטגעהאלטן די שיינע מאמענטן בצל הקודש פון רבינו שליט"א .רבינו שליט"א האט טועם געווען פון די הערליך צוגעגרייטע פירות און פארטיילט שיריים צו אלע אנוועזענדע .דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה כציצים ופרחים משלב געווען דער ענין פון ראש השנה לאילנות מיט מצות צדקה ,דערנאך איז רבינו שליט"א אריין אין א ספעציעל צוגעגרייטן חדר מיוחד וואו רבינו שליט"א האט אויפגענומען די נדיבים און אפגענומען זייערע שיינע סכומים למען קופת רבינו טוב וחסד. נאך דעם פירות-טיש האט רבינו שליט"א אריינגערופן די בחורי חמד גבאים פון קופת טוב וחסד ,וואס האט יעצט אנגעהויבן דעם גרויסארטיגן קאמפיין ,און יעדער גבאי האט ערהאלטן פון רבינו שליט"א געבענטשטע אתרוג מיט א געבענטשטע מטבע הצלחה געלט .רבינו שליט"א האט מחזק געווען די גבאים ארויסברענגענדיג ,אז דער הייליגער מייסד רבינו הקוה"ט זי"ע האט שטענדיג געפאדערט פון זיינע תלמידים צו גיין נאך געלט פאר א צווייטן איד ,און זכותו הגדול וועט זיי זיכער ביישטיין להתברך בכל מילי דמיטב. ■ ■ מיטוואך יתרו -חמשה עשר בשבט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געפראוועט דעם געהויבענעם פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט בקרב תלמידיו אין דער ישיבה גדולה .באלד נאכ'ן סדר הלימוד פון פארמיטאג האט מען זיך תיכף געוואשן און געזעצט אויף די צוגעגרייטע ערטער .עס איז געווען א הערליך בילד ,ווי די הונדערטער איידעלע בחורי חמד ,תלמידים נאמנים הקרויים בנים ,זיצן כשתולי זיתים סביב לשולחנו פון רבם ומאורם כ"ק מרן רבינו שליט"א ,ביים געהויבענעם פירות-טיש לכבוד חמשה עשר בשבט ,ראש השנה לאילנות. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה ,דער רבי שליט"א האט טועם געווען און דערנאך פארטיילט שיריים פאר די פילע מרביצי תורה און איינגעשטעלטע אין ישיבה ,וועלכע זענען געזעסן על פני המזרח ,און דערנאך פאר די הונדערטער בחורים .אינצווישן האט די קאפעליע ,וואס איז באשטאנען פון א געקליבענע גרופע תלמידי הישיבה מטיבי נגן ,געזונגען פארשידענע ווארימע התעוררות'דיגע ניגונים וואס ווערן געזונגען בחצרות קדשינו אין די ימים טובים ובמועדי שמחה. דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש מפום ממלל רברבין כ"ק מרן רבינו שליט"א .דער רבי שליט"א האט משמיע געווען הערליכע דרושים און רמזים מענינא דיומא ,און דערביי מעורר געווען זיינע טייערע תלמידים בדברי מוסר והתעוררות ,פונעם ענין פון 'אדם עץ השדה' און דער שרף האילן איז נאר די תפלות צו הקב"ה און דורכדעם קען מען זוכה זיין שלאילנא רברבי יתעביד ,און געוואונטשן ווארימע ברכות קודש לכל אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען צום זאל פון ויואל משה ,אויף סידור קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן בן הרבני הנגיד הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו פון מאנטריאל ,עב"ג הכלה בת הרבני הנגיד המפו' הרה"ח ר' אברהם ישעי' קאהן הי"ו ,מגדולי תומכי קהלתינו הק'. ביי דער חופה האט זיך רבינו שליט"א געטראפן און באגריסט מיט הגה"צ דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א ,וועלכער איז געקומען צו פארן לכבוד די חשוב'ע מחותנים ,מגדולי תומכי הישיבה והמוסדות אין מאנטריאל ,און דער רבי שליט"א האט דערביי מכבד געווען דעם חשוב'ן גאסט צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת התעוררות והתחזקות אין דער ישיבה גדולה .דער מאנטריאלער דיין שליט"א האט אנגענומען די איינלאדונג און צומארגנס דאנערשטאג מיטאג האט ער געהאלטן א ווארימע דרשה בהיכלי הישיבה. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צו א סידור קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן בן הרה"ח ר' נחמן סטרולאוויטש הי"ו ,און הרה"ג ר' משה ביטמאן שליט"א ,מח"ס אמרי דעה ור"מ בישיבתינו הק' ,אין די תקנות- זאלן פרדס פיגא אין וויליאמסבורג. ■ רבינו שליט"א איז דערנאך אריבערגעגאנגען זיך משתתף זיין בבגדי שבת ביי דער רבי'שער שמחת נישואין פון החתן בנש"ק בן ש"ב הרה"ג ר' העניך באב"ד שליט"א בן הרב ר' חיים יושע באב"ד מטארטיקאוו שליט"א וחתן בתוככי הקהלה »»7 הגה"צ ר' יוקל הורוויץ שליט"א מזוליזשע ,עב"ג הכלה בת הגה"צ אבד"ק דושינסקיא שליט"א וויליאמסבורג .רבינו שליט"א איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד פון די געהויבענע מחותנים .באזונדער האט רבינו שליט"א זיך געטראפן דערביי מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא ארה"ק שליט"א ,א פעטער פון דער כלה ,מיט וועמען דער רבי שליט"א האט פארברענגט ברגשי ידידות והערצה. השובבי"ם. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געווען מסדר קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן בן מוה"ר יצחק זילבערשטיין הי"ו ,משמש דבית מדרשינו ליע גארדענס ,עב"ג הכלה בת מוה"ר בעריש עסטרייכער הי"ו ,אין די תקנות זאלן פרדס פיגא. רבינו שליט"א איז געטאנצן מיט'ן חתן און מיט די מחותנים בקול ששון ושמחה ,און איז דערנאך ארויסבאגלייט געווארן מיט גרויס כבוד. ■ ■ שפעטער אויפדערנאכט איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א פון ירושלים .עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. אויפדערנאכט איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א פון בארא פארק ,וועלכער איז געקומען באזוכן אין באגלייטונג פון בעל אכסני' הרבני הנגיד מגדולי העסקנים והשתדלנים הרה"ח ר' יוסף יחיאל גאלדבערגער הי"ו. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס ,בפרט האט מען ארומגערעדט איבער די טעכנעלאגישע מגיפה וואס דער שטן האט אנגעברענגט אויף כלל ישראל און איז ליידער הורגת טובים ורעים .דער קאסובער רבי שליט"א איז שטארק בעובי הקורה אין דער מערכה וואס מ'האט אונטערגענומען עס צו באקעמפן ,און מ'האט אינאיינעם ארומגערעדט איבער די נויטיגע שריט וואס דארפן אונטערגענומען ווערן .רבינו שליט"א האט דערביי פארציילט איבער די שטרענגע תקנה וואס איז איינגעפירט במסגרת ישיבתו ומוסדותיו ,אז א תלמיד אדער תלמידה וואס ווערט געכאפט מיט א סעלפאון ,אפילו נאר צייטווייליג ,קען נישט פארבלייבן בין כותלי המוסד ,למיגדרא מילתא .דער קאסובער רבי שליט"א האט שטארק באגריסט די תקנה ,אשר ממנה ילמדו וכן יעשו. אויך האט דער קאסובער רבי שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פאר רבינו שליט"א פון די תלמידי הישיבה קטנה ,וואו ער האט געהאלטן א דרשה פריער אין טאג ,און איז אויסערגעווענליך נתפעל געווארן צו זען אזעלכע לעכטיגע איידעלע בחורי חמד וואס הארעווען על התורה ועל העבודה און שטרעבן מקבל צו זיין וואס מער .נאך א לענגערן שמועס האט רבינו שליט"א ארויסבאגלייט דעם גאסט ונפרדו לשלום. ■ דאנערשטאג יתרו רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה ,און נאכ'ן דאווענען פארהערט ביי עטליכע כתות אויף זייערע לימודים. ■ רבינו שליט"א איז אריבערגעגאנגען מנחם אבל זיין אין שטוב פון הרה"ח המפו' ר' אהרן יעקב רייך הי"ו וועלכער איז געזעסן שבעה אינאיינעם מיט זיינע חשוב'ע קינדער ,נאך די פריצייטיגע פטירה פון אשתו\אמם החשובה רבת הפעלים ע"ה .רבינו שליט"א האט שטארק מחזק געווען די משפחה ,און ארויסגעברענגט אז דאס וואס זי האט זוכה געווען אויפצושטעלן אזא הערליך דור ,בנין וחתנין רבנן ,מרביצי תורה ותלמידי חכמים ,וועט איר געוויס ביישטיין אויף יענער וועלט ,און וועט זיין א מליץ יושר פאר איר חשוב'ע משפחה שלא תשמע עוד שוד ושבר בגבולם. ■ נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אין ביהמ"ד הגדול צו אמירת תהלים ,תפלת מנחה וקריאת ויחל כמנהגו בכל שבוע פון די ימי ■ עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הרב הגאון המפו' רבי חיים ברייש שליט"א ,ראש ישיבת מתיבתא לאנדאן וידיד נפשו של כ"ק מרן רבינו שליט"א .רבינו שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט מיט גרויס שמחה וחדוה ,און עס האט אנטוויקלט א שיינער תורה'דיגער שמועס אין דער סוגיא וואס מ'איז יעצט עוסק בשיעורי הישיבה גדולה ,ווי אויך האט דער חשוב'ער גאסט איבערגעגעבן דעם רבי'ן שליט"א א פריסת שלום פון דער קהלה און די מוסדות אין לאנדאן. ■ דערנאך זענען אריינגעקומען אל הקודש פנימה די חברי הנהלת מוסדותינו הק' פון בארא פארק אין שפיץ פון די חברי הנהלה ,הרה"ח ר' נפתלי שווארץ הי"ו ,הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו ,הרה"ח ר' בערל לעפקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ברוך יודא טירנויער הי"ו אינאיינעם מיט עטליכע חשוב'ע עסקנים וועלכע זענען אינסטרומענטאל אין די צוגרייטונגען צום יערליכן דינער ומעמד התחדשות המוסדות ,וואס וועט פארקומען אי"ה דעם קומענדיגן מוצש"ק פ' שקלים אין זאל פון עטרת גאלדא אין בארא פארק. עס איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע ענינים וואס זענען עומדים על הפרק אינעם מוסד בכלל און די פעולות צום דינער בפרט ,און רבינו שליט"א האט אויף אלעמען געגעגעבן חוות דעתו ,און צו דער ענדע שטארק מחזק געווען די עסקנים אנצוגיין ווייטער מיט דער עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז. ■ דערנאך האט רבינו שליט"א אנגערופן קיין לאנדאן צו האברך היקר העסקן נמרץ לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק' ,מו"ה שלמה בער ווייס הי"ו, וועלכער איז געזעסן שבעה נאך דער פטירה פון זיינס א קינד ל"ע .רבינו שליט"א האט אים געטרייסט און ווארעם אנגעוואונטשן ער זאל מער נישט וויסן פון קיין צער ,שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולו. ■ שבת קודש פ' יתרו שבת צופרי איז פארגעקומען די שמחות עלי' לתורה פון החתנים היקרים יוצאי ישיבתינו הק' :החתן בן הרה"ג ר' אברהם חיים גליק שליט"א ,ר"מ בישיבתינו הק' עב"ג בת הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו ,עסקן נמרץ לטובת מוסדות יטב לב; און החתן בן הרה"ח ר' וואלף באש הי"ו עב"ג בת הרבני הנגיד הרה"ח ר' יוסף שווימער הי"ו ,חבר הנהלת הקהלה והמוסדות אין בתוככי הקהלה »»8 בארא פארק ,זון פון הרבני הנגיד הרה"ח מוה"ר מענדל שווימער הי"ו ,ראה"ק וחבר הנהלת מוסדותינו אין קרית יואל. ביי די דברות קודש בבשעת סעודת רעוא דרעוין האט רבינו שליט"א מעורר געווען מיט זייער ווארימע דיבורים בקול בכי אז מ'זאל זען אריינצוכאפן אין דעם לעצט פארבליבענעם וואך פון די ימי השובבי"ם ,זיך מחזק צו זיין בתשובה ובתיקון המעשים. דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים, בן הרה"ח ר' נחמן סטרולאוויטש הי"ו עב"ג בת הרה"ג ר' משה ביטמאן שליט"א; בן הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' אברהם ישעי' קאהן הי"ו; בן הרה"ח ר' הערשל שטויבער הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' שלום עהרנפעלד הי"ו. ■ מוצאי שבת קודש יתרו מברכותיו הטהורות. דערנאך האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט'ן חתן אויף די בארימטע סאטמארער 'זעקסטע הקפה ניגון' וואס האט אנגעהאלטן א לאנגע צייט מיט גרויס התרגשות .דאן איז געקומען דער הויכפונקט ווען רבינו שליט"א האט זיך אנגעכאפט מיט ש"ב דער באבובער רבי שליט"א ,און מיט גרויס פייערליכקייט זיך אריינגעלאזט אין א געהויבענעם מחול לצדיקים, אויף די פאסיגע ווערטער 'ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו .דער ציבור איז אריינגעפאלן אין אומגעהויערע עקסטאז און מיט גרויס שמחה וחדוה מיטגעטאנצט וינועו אמות האסיפים .דערנאך זענען אריינגעקומען אינעם רינג הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א און די אנדערע מחותנים ,און נאך לאנגע מינוטן פון שמחה דקדושה ,האט דער געהויבענער מחותן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ונפרדו לשלום. ■ זונטאג פ' משפטים עס איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת מלוה מלכה 'הכרת הטוב' פאר די תלמידי הישיבות קטנות ,וואס האבן אריינגעברענגט גרויסע סכומים פאר קופת רבינו טוב וחסד דורכאויס די ימי חנוכה .רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען און מפאר געווען בראש המסובים און משמיע געווען דברות קודש צו די תלמידים נאמנים .לידו פון רבינו שליט"א איז געזעסן בנו הרה"ג ר' אהרן שליט"א ,ר"מ בישיבה קטנה ,וועלכער שטייט לימין רבינו שליט"א אנצופירן מיט די פעולות הקופה .נאכ'ן בענטשן זענען אלע תלמידים אריבער אפצונעמען א געבענטשטע מטבע מידיו פון רבינו שליט"א. עס איז אריבערגעקומען באזוכן הרה"ג ר' שלמה ווילהעלם שליט"א ,דער רב פון די אידישע געמיינדע אין זיטאמיר ,וועלכער איז געקומען צו רבינו שליט"א זיך אדורכרעדן איבער די אנגייענדע פעולות איבער'ן בית החיים אין דראהביטש וואו עס איז מנוחתו כבוד פון הגה"ק רבי אלעזר ניסן זצ"ל, וואס נכדו מרן רבינו שליט"א איז שטארק אינסטרומענטאל בתוך הענינים און איז עומד בראש איבערצובויען דעם ביה"ח כראוי וכיאות .אויך איז דערביי אנוועזנד געווען הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א. ■ ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק ,וואו רבינו שליט"א איז צום ערשט צוגעפארן מנחם אבל זיין ביי הרבני הנגיד החסיד הישיש ר' אהרן וויינשטאק הי"ו ,מגדולי תומכי ישיבתינו ומוסדותינו הק', וועלכער איז געזעסן שבעה על פטירת אחיו .הרה"ח ר' אהרן הי"ו האט דערביי פארציילט פאר רבינו שליט"א היסטארישע זכרונות מימי קדם וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט ביי רבינו הקוה"ט זצ"ל ,און רבינו שליט"א האט דערנאך אנגעווינטשן שלא ישמע עוד ושבר בגבולו ,און זאל נאך לאנגע געזונטע יארן קענען אנגיין על מי מנוחות בפעליו וצדקותיו האדירים למען הכלל והפרט. ■ רבינו שליט"א איז אריבערגעגאנגען צו ניחום אבלים ביי משפחת הרבני ר' חיים יוסף סאנדער ע"ה ,אין בארא פארק ,וואו עס זענען געזיצן שבעה ,בניו הרה"ח ר' יושע און הרה"ח ר' נתן הי"ו. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר' יוסף דוד קרויס הי"ו מראשי עסקני החינוך בוויליאמסבורג על פטירת אמו החשובה ע"ה. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאגען זיך משתתף זיין ביי דער צענטראלער שמחת שבע ברכות פון שמחת נישואי בת ש"ב כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב שליט"א ,וואס איז פארגעקומען מיט גרויס פייערליכקייט אין ביהמ"ד הגדול דבאבוב אין בארא פארק ,בהשתתפות פון א ריזיגן ציבור פון אלפי חסידי באבוב. רבינו שליט"א איז אנטפאנגען געווארן פון די געהויבענע מחותנים און אלפי המשתתפים מיט אויסערגעווענליכע רגשי כבוד והערצה ,און איז באלד נתכבד געווארן צו זיצן בראש השלחן .צום ערשט האט רבינו שליט"א געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם חתן און די געהויבענע מחותנים ■ זייענדיג אין בארא פארק איז רבינו שליט"א אויך צוגעפארן צו ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מזמיגראד בארא פארק שליט"א ,וואו עס האט זיך אנטוויקלט גאר א געהויבענער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים פונעם הייליגן דברי חיים און די היסטארישע ספר תורה צו וואס מרן רבינו שליט"א האט זוכה געווען ,און דער זשימיגראדער רבי שליט"א האט געהאט די זכי' צו ליינען דערין קריאת התורה מיט עטליכע וואכן צוריק ביי זיין באזוך אין וויליאמסבורג. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום זאל פון ראוז קעסטל צו דער שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו ,לכבוד זיין חשוב'ן פאטער הרבני הנגיד המפורסם ,הטפסר הגדול ,נדיב ושוע ,ישרא"ל עושה חיל ,הרבני החסיד המפורסם בצדקת פזרונו הר"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו ,דער בארימטער בונה ומקים עולמות של תורה ויראה בעיר קרית יואל יצ"ו. רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען און געזאגט די שבע ברכות. דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים ובפרט מיט'ן חשוב'ן זיידן הרה"ח ר' ישראל וועלכער איז עומד לימין רבינו שליט"א במסירות נאמנה. ■ בתוככי הקהלה »»9 ברכת מזל טוב ברכת מזלא טבא ,מעמקי דלבבא ,לידידינו היקרים ,אנ"ש הנכבדים, מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים ,שמם הטוב מפוארים לרגל שהשמחה במעונם ביהמ"ד הגדול • כ"ק הראב"ד שליט"א לרגל נישואי נכדו למז"ט • הרב מווייצען שליט"א לרגל הולדות נינו למז"ט • הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א לרגל הולדות נכדו למז"ט • הרב הערשל פריעדמאן שליט"א לרגל הולדות נכדו למז"ט • הרב דוד הורוויץ שליט"א לרגל הולדות נכדו למז"ט • הרב ירחמיאל משה ביטמאן שליט"א לרגל נישואי בתו למז"ט • הר"ר יחזקאל גליק הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה משה גליק הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה ישראל ברוך גרינוואלד הי"ו לרגל נישואיו למז"ט • מו"ה מנחם מאניש ניישטיין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה מרדכי מנשה גלאנץ הי"ו לרגל ארוסי בנו למז"ט • מו"ה נחמן סטראלאוויטש הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה יעקב יושע פליישמאן הי"ו לרגל ארוסי בתו למז"ט • מו"ה משה זילבערשטיין הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה משה לויפער הי"ו לרגל ארוסי בנו יחזקאל למז"ט • מו"ה מרדכי פריעדמאן הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה אברהם אבא בערקאוויטש הי"ו • מו"ה אברהם ישעי' קאהן הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה חיים דוד פריעד הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה משה אלי' יעקב שמילאוויטש הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה יצחק פריעד הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה חיים יעקב פאללאק הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה יצחק לייב שטערן הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה ישראל שמחה פאללאק הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה שמואל שפיטצער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה לוי רייך הי"ו לרגל נישואי בנו הערש אלימלך למז"ט • מו"ה אברהם חיים גליק הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה ראובן יוסף לעווי הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה ישראל הערשקאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה יואל ב''ר יודא בירענבוים הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה וואלף באש הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה יצחק מרדכי פאללאק הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה משה יונתן גרינפעלד הי"ו לרגל הולדת הנכדים למז"ט • מו"ה שלמה ברייער הי"ו לרגל הולדת נכדתו למז"ט • מו"ה אברהם יודא הירש הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • החתן יואל ברמ''ל ווייס ני"ו לרגל הולדת נכדתו למז"ט • הרב אלי' מרדכי פישער הי"ו לרגל נישואיו למז"ט • מו"ה אברהם לעבאוויטש הי"ו לרגל ארוסי בתו למז"ט קיט"ל אברכים זופניק • מו"ה יודל שלעזינגער הי"ו משמש ביהמ"ד לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה נפתלי כהן הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט קיט"ל תהלות יואל • הרב אלעזר אלימלך ראזענבערגער שליט"א לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה חיים הערש מויזקאפף הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה אהרן זופניק הי"ו לרגל הולדות הנכדים תאומים למז"ט קיט"ל קליימער • הרב ירחמיאל משה ביטמאן הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • הרב יצחק דוד פריעדמאן הי"ו מגיד שיעור בקהלתינו לרגל אירוסי בתו למז"ט לרגל נישואי בנו למז"ט • הרב שמואל בנימין כף הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה יצחק פריעד הי"ו פטרון בנין ביהמ"ד לרגל אירוסי נכדו למז"ט בתוככי הקהלה » » 10 ברכת מזל טוב • מו"ה יואל ברי"א גאלדבערגער הי"ו קיט"ל אוהל פיגא לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה חיים אלי' צבי מערמעלשטיין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט לרגל אירוסי בנו למז"ט קיט"ל העריסאן עוו. • מו"ה יושע פנחס שווארץ הי"ו אוהל שפתי כהן לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה אברהם ראטענבערג הי"ו • מו"ה וואלף הכהן שווארץ הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט קיט"ל בניני יאקאבאוויטש • מו"ה משה לייב מייזעלס הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט קיט"ל בית יעקב נחמי' מורטול • מו"ה עזרא משה קויפמאן הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה חיים ברוך בראדי הי"ו ליע גארדנס סאוט 8סט. מגבאי ביהמ"ד לרגל ארוסי בתו למז"ט קיט"ל בארא פארק • מו"ה אלימלך בלום הי"ו לרגל הולדות נינו למז"ט • מו"ה עמרם בלום הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה חיים צבי לעפקאוויטש הי"ו • מו"ה יצחק זילבערשטיין הי"ו משמש ביהמ"ד לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה מאיר לייב ווייס הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה משה אליעזר לאנדא הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה אברהם יעקב ווייס הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה פייטל פאשקעס הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה טובי' פאשקעס הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה אהרן קרויס הי"ו • מו"ה פנחס פריינד הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה חיים הערש ווייס הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יעקב יצחק פריעדמאן הי"ו קיט"ל קרית יואל • הר"ר נתן בנימין קרויס שליט"א לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יצחק אהרן ווייס הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה יצחק עקשטיין הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט • מו"ה יוסף משה שווארטץ הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה זלמן לייב שטעסל הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יעקב דוב בינער הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יודא בינער הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה מענדל שווימער הי"ו ראה"ק לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה ישראל גאלדבערגער הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה אברהם שווארטץ הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה נפתלי גאלדבערגער הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט • מו"ה אהרן פערענץ הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט לרגל נישואי נכדו למז"ט יהי רצון מלפני אבינו שבשמים ,שישלם להם משכורתם בכפליים ,משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים ,שפע ברכה והצלחה משמי מעונים ,רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים ,כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים ,חסדי ה' לעולמי עולמים . המברכים באהבה השמחים בשמחתם ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ-פאסט שיקט אן אימעיל צוNews@CYLS.org : Sponsored By: Project: YF MARKETING | 718.514.6717 בתוככי הקהלה » » 11
© Copyright 2024