1» » בתוככי הקהלה

‫בס"ד‬
‫נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה‬
‫אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר"‬
‫הכל הולך אחר החתום‪:‬‬
‫הונדערטער באטייליגט ביים לעצטן‬
‫כולל ליל שישי בסיום ימי השובבי"ם‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א קומט ּפערזענליך מיטהאלטן די‬
‫התמדה בתורה פון די מאות הלומדים בקדרותא דצפרא‬
‫דעם פארגאנגענעם ליל שישי פ' משפטים העעל"ט‪ ,‬דער‬
‫לעצטער ליל שישי פון די ימי השובבי"ם היי יאר תשע"ב לפ"ק‪,‬‬
‫האבן פילע הונדערטער לומדים‪ ,‬בעלי בתים אברכים ובחורי חמד‬
‫איבערגעפולט דעם ביהמ"ד הגדול‪ ,‬און מיט חשקת והתמדת‬
‫התורה אפגעראכטן די הייליגע שעה'ן מיט עמל התורה ועבודת ה'‬
‫בקדושה ובטהרה‪ .‬עס איז געווען ווי די נעילה פון די פארלאפענע ‪5‬‬
‫געהויבענע שובבי"ם וואכן‪.‬‬
‫אינדערמיט פונעם העפטיגן פארטאגס‪-‬סדר איז כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א ערשינען בהדרו אין ביהמ"ד הגדול זיך אליינס אומצוקוקן‬
‫און פערזענליך מיטהאלטן דעם הערליכן מחזה הוד‪ ,‬וואס שפילט‬
‫זיך אפ וואך‪-‬וועכנטליך אין די ימי השובבי"ם‪ ,‬וואס איז מיט‬
‫עטליכע יאר צוריק געגרינדעט געווארן דורך רבינו שליט"א‪ .‬פאר א‬
‫לענגערע וויילע האט רבינו שליט"א זיך ארומגעדרייט אין ביהמ"ד‬
‫צווישן די לומדים און ס'איז געווען קענטיג די הנאה און שטארקע‬
‫קורת רוח ונחת דקדושה‪ ,‬און צו דער זעלבער צייט איז עס אויך‬
‫געווען א שטארקע חיזוק פאר די אנוועזענדע לומדים‪.‬‬
‫דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אריין אין היכל הפאליש‬
‫צום חק לישראל שיעור פון הרה"ח ר' ברוך יהודא שניצלער‬
‫שליט"א‪ ,‬וואו עס באטייליגט זיך א שיינער ציבור בעלי בתים‬
‫וזקני העדה‪ .‬ווי אויך האט דער רבי שליט"א דערביי באקומען א‬
‫פילפארביגן רעפעראט פון הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו‪,‬‬
‫דער ענערגישער מסדר השיעורים אין ביהמ"ד הגדול‪ ,‬וואס ארבעט‬
‫אומערמידליך לרומם קרן התורה אין ביהמ"ד‪ .‬רבינו שליט"א האט‬
‫זיך צוגעהערט מיט הנאה ווי עס קומען כסדר צו פרישע שיעורים‬
‫און עס ווערן נתוסף די ספסלי הביהמ"ד לתפארת קהלא קדישא‬
‫הדין‪.‬‬
‫מאנטאג תרומה | תשע"ב‬
‫‪12‬‬
‫עס דארף ארויסגעברענגט ווערן א געוואלדיגע דאנק‪ ,‬פאר‬
‫האברך היקר מאוד נעלה‪ ,‬בריך הכשרון והמעש‪ ,‬העסקן הדגול‬
‫והנמרץ מוה"ר יואל בר"נ ווייס הי"ו‪ ,‬פארן זיך אוועקגעבן בכל כוחו‬
‫להצלחת פונעם כולל ליל שישי‪ ,‬יהי ה' אלוקיו עמו‪.‬‬
‫■■■‬
‫יומא קדישא בהילולא קדישא‪:‬‬
‫הנהלת החברא קדישא גרייט זיך מיטן‬
‫"ויתן ויחזור" קאמפיין צום יומא דהילולא‬
‫פון משה רבינו ע"ה‪ ,‬ז' אדר הבעל"ט‬
‫פאפולערער 'ונתנו' גורל ווידעראמאל איינגעשטעלט‪ ,‬צו‬
‫געווינען ‪ 12‬מאל דעם סכום וואס מ'האט איינגעצאלט‬
‫עס איז שוין היי יאר א חזקה‪ ,‬צום דריטן מאל‪ ,‬וואס די‬
‫הנהלת החברא קדישא דקהלתינו הק' גרייט זיך אדורכצופירן‬
‫דעם יערליכן גרויסארטיגן קאמפיין לטובת דעם מפעל ארץ‬
‫החיים‪ ,‬ביומא דהילולא קדישא פון משה רבינו עליו השלום‪ ,‬ביום‬
‫ז' אדר ‪ -‬א טאג וואס איז מאז ומקדם בקורות ימי ישראל געווען‬
‫געווידמעט ומוקדש לטובת די פעולות פון דער חברא קדישא‪.‬‬
‫טראץ וואס דער 'ארץ החיים' איז א גאנץ‪-‬יאריגער‬
‫אונטערנעמונג אין וועלכן טויזענטער חברי הקהלה האבן זיך שוין‬
‫אנגעשלאסן און צאלן חודש'ליך זייערע צאלונגען כפי הוראת‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק‪ ,‬איז עס אבער פארט‬
‫א שטארקע התעוררות ביים ציבור אין דעם גרויסן טאג‪ ,‬זיך‬
‫צו באשטייערן מיט גרעסערע סכומים אויפ'ן חשבון‪ ,‬און מאנכע‬
‫צאלן אפילו אויס זייער גאנצן באלאנס למען קנין והשלמת שטח‬
‫החדש פונעם בית העלמין דקהלתינו בקרית יואל יצ"ו‪ ,‬בהאי יומא‬
‫דקאגרים‪.‬‬
‫ווידעראמאל ווערט היי יאר אקטיוויזירט דער מעכטיגער און‬
‫פאנטאסטישער 'ונתנו גורל' צוריקצוגעווינען ‪ 12‬מאל דעם ציפער‬
‫וואס מ'האט שוין איינגעצאלט פאר מפעל ארץ החיים‪ ,‬מיט א‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪1‬‬
‫וויליאמסבורג‬
‫מאקסימום געווינס פון העכער ‪ 20‬טויזנט דאלער‪ .‬אין די לעצטע‬
‫צוויי יאר האבן שוין צוויי גליקליכע געווינער אהיימגענומען דעם‬
‫קאלאסאלן געווינס‪.‬‬
‫אלע שמשים אין די בתי מדרשים פון קהלתינו הק'‪ ,‬וועלן‬
‫אי"ה איינקאסירן די התחייבות פונעם ציבור‪ ,‬און עס ווערט אי"ה‬
‫ערווארט א מאסן אנשלוס בחפץ לב וברוח נדיבה‪ ,‬און מ'האפט‬
‫שטארק אז איצט וועלן שוין אלע חברי הקהלה פולקאם‬
‫אויסצאלן דעם איינמאליגן התחייבות און מיט דעם ארויסהעלפן‬
‫די מסירות נפש'דיגע חברי הנהלת החברא קדישא‪ ,‬אפצוקויפן און‬
‫צורעכט שטעלן דעם בית החיים‪ ,‬און אפראטעווען דעם כבוד און‬
‫פארזיכערן די עקזיסטענץ פון קהלתינו הק' לדורות עולם‪.‬‬
‫ויתן ויחזור ויתן‪.‬‬
‫■■■‬
‫חברה משניות שע"י קהל יטב לב‬
‫דסאטמאר מעלדט יערליכע געלעגנהייט‬
‫זיך איינצושרייבן אינעם חברה משניות‬
‫ביומא דהילולא מרנא ורבנא בעל קדושת יו"ט זי"ע‬
‫די חברה משניות דקהלתינו הק'‪,‬‬
‫‪¯‡ÓˇÒß„ ·Ï ·ËÈ Ï‰˜„ ˙ÂÈ˘Ó ‰¯·Á‬‬
‫וואס גייט שוין אן פאר צענדליגער‬
‫יארן שוין לטובה‪ ,‬לערנענדיג משניות‬
‫‪đĜĕĦĤčē ĦĜģĦ‬‬
‫לע"נ נשמות החברים הנעדרים יעדן‬
‫‪¤‬‬
‫‪¤‬‬
‫טאג דורך א מנין יראים ושלמים‪ ,‬כנהוג‬
‫‪¤‬‬
‫‪¤‬‬
‫בכל קהלות ישראל‪ ,‬האט אין די טעג‬
‫‪¤‬‬
‫‪¤‬‬
‫געמאלדן אז ווידעראמאל ווערט געגעבן‬
‫‪¤‬‬
‫די געלעגנהייט זיך אריינצושרייבן אינעם‬
‫חברה משניות ביום כ"ט שבט הבעל"ט‪.‬‬
‫‪È¢ ¯Ú‚¯Ú·ÈÈ ˘È·‡ ¯¢‰ÂÓ‬‬
‫‪È¢ ¯Ú‚¯Ú· ÌÈÈÁ χ¯˘È ¯¢‰ÂÓ‬‬
‫כדי צו קענען זיין א חבר החבורה‬
‫פאדערט זיך א מינימאלע אפצאל פון‬
‫‪ $25‬ביים איינשרייבן‪ ,‬און דערנאך א‬
‫דיוס פון ‪ $10‬יערליך‪ ,‬און יעדער חבר‬
‫דארף זיך פארפליכטן צו נעמען אויף זיך צו לערנען משניות לויט'ן‬
‫איינגעשטעלטן סדר און דערמאנען די נאמען פון די נפטרים‪ .‬ווער‬
‫עס וויל זיך איינשרייבן זאל זיך מעלדן צו די גבאי החבורה מוה"ר‬
‫אביש וויינבערגער הי"ו‪ ,‬גבאי דקהלתינו‪ ,‬אדער מוה"ר ישראל חיים‬
‫בערגער הי"ו‪.‬‬
‫‪ď"ĝč‬‬
‫‪ďđĚĘĘ ,ĐĥđďģĐ đĜĕĦĘĐģ ĦđďĝĕĕĦĐ ĦĞč ĕ"ėĞđĞĕĒ đĜĕčĤ ěĤĚ ģ"ė ĕ"Ğ ĐďĝĕĕĦĜ ĦđĕĜĥĚ ĐĤčēĐ‬‬
‫‪.ęĕčĤč ĐĤđĦ ďđĚĘĘ ĘČĤĥĕ ĦđĢđĠĦ Ęėč ĎĐĜĚĐ 'ĕĐĥ đĚė ĦđĕĜĥĚ‬‬
‫‪ĥďē ĤĐđĒč ČĦĕČ ęĎđ ,ĦđĕĜĥĚ ďđĚĕĘ ĦđėĒč ČĘČ ĦđĝĜėĦĚ ĦđĘĎĐ ěĕČ ĥĤďĚč ČĦĕČđ‬‬
‫‪ĦđĎĤďĚĐ ĘėĘ ĐėĒ Ę"ĢĒ ğĝđĕ ĦĕčĐ ěĤĚĥ Ğđďĕđ ,Ĥ"ĐĢĕĐ ĞĕĜėĐĘ ČđĐ ĦđĕĜĥĚĐ ďđĚĕĘ ĦĘđĎĝĥ‬‬
‫‪.ĦđĕĜĥĚ ďđĚĕĘ ĕ"Ğ‬‬
‫‪Ĝ"ĞĘ ěĜčĤď ĥĕďģ ęĞ ČĦđĤčēč ĦđĕĜĥĚ ęĕďĚđĘ ,đĜĕĦĤčēč Ĥčē ČđĐĥ ĕĚ Ęė‬‬
‫‪.ĐĜđĥČĤĐ ĐĜĥč ęđĕđ ęđĕ Ęėč ĐĜĥ ęĕĤĥĞđ ĐČĚ ĤēČĘ‬‬
‫‪ĦČ ěĕĤĕėĒĚ Č"ėđ ĦđĕĜĥĚ ĦėĝĚ ĐĜĥč ęĕĚĞĠ 'ď ďđĚĘĘ ĖĕĤĢ đĜĕĦĤčēč Ĥčē Ęė‬‬
‫‪.ČĕĐĐ ĐĜĥč Ğ"Ę ęĕĤďĞĜĐ ĦđĚĥ‬‬
‫‪.ĘđĘČ 'đ À ěđĕĝ 'ė À ěĝĕĜ 'Ē À ĦčĔ 'đ :ČđĐ ęđĕĝĐ ĕĜĚĒ‬‬
‫‪ĦČ ęĕčĤč ęĕĤĕėĒĚđ ,ĤĔĠĜĐ Ęĥ đĚĥč ĦđĕĜĥĚ ĕģĤĠ ęĕďĚđĘ ĔĕĕĢĤČĕĐ ęđĕč‬‬
‫‪.Ĝ"ĞĘ ĤĜ ěĕģĕĘďĚ ė"Ďđ ,đĦĚĥĜ‬‬
‫‪ĤČĘČď $25 ęĘĥĘ ĖĕĤĢ ĦđĕĜĥĚ ĐĤčēč Ĥčē ĐĥĞĜĥė ĐĜđĥČĤĐ ęĞĠč‬‬
‫)‪.(ĤĕčĞĎĠĕđģĜĕĕČ‬‬
‫דער פול געפאקטער זאל‬
‫לטובת המוסדות אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק‪.‬‬
‫לכבוד דעם גרויסן מעמד איז ערשינען א ספעציעלער מכתב קודש‬
‫פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בשבח המוסדות‪ ,‬וואו די רבי שליט"א‬
‫בעט פון יעדן ארויסצוהעלפן מיט דער עבודת הקודש 'ביד רחבה‬
‫ורוח נדיבה יותר מכפי היכולת'‪.‬‬
‫דער הערליכער ציבור וואס איז זיך צונויפגעקומען איז געווען‬
‫א באשיינפערליכער איבערווייז איבער דאס געטריישאפט‬
‫און אנטשלאסנקייט פונעם בארא פארק'ער ציבור פאר די‬
‫אייגענע מוסדות‪ .‬די עסקנים האבן אויפגענומען דעם ציבור און‬
‫מ'האט זיך געוואשן צו דער סעודת מלוה מלכה‪' .‬משוררי בית‬
‫סאטמאר' האבן געזונגען די זמירות למוצ"ש; הרבני החסיד‬
‫ספרא רבא מוה"ר שלמה יעקב געלבמאן הי"ו האט באצויבערט‬
‫די אנוועזענדע מיט 'זכרונות מימי קדם' פון די בארא פארק'ער‬
‫מוסדות; הרבני הנגיד המפואר מו"ה נפתלי צבי שווארץ הי"ו‪ ,‬האט‬
‫געזאגט דעם 'דבר הנהלת המוסד'; און דעם 'דבר ההורים' האט‬
‫מען געהערט פון איינעם פון די חשוב'ע עלטערן זעלבסט‪ ,‬מיט‬
‫אויסערגעווענליכע צופרידנהייט און רגשי תודה כלפי די מוסדות‬
‫הק'‪.‬‬
‫‪.ĤČĘĘČď ĐĤĥĞ ČđĐ ĐĜĥ ĘėĘ ĝđĕďĐ ĕĚď‬‬
‫‪ĐĤčēĐč ďēđĕĚč đĚĢĞ ęĕĥĤĐĘ ĖĕĤĢ đĜĕĦĘĕĐģč Ĥčē ČđĐĥ ĕĚ ğČ :ĥĕĎďĐĘ đĜĕČĤ‬‬
‫‪.Ę"ĜĐ ęĕĦđėĒ đĘ ĥĕ đĜĕĦĤčēč "Ĥčē" ČđĐĥ ĕĚ ģĤđ ,ĦđĕĜĥĚ‬‬
‫‪,đĜĕĦĤčēĘ ęĕĥďē ęĕĤčē ęĕĘčģĚ đĜČ Ĕčĥ Ĕ"ėčĥ Ğđďĕė‬‬
‫‪'ĕĐĕđ ,đĜĕĦĤčēč Ĥčē ĦđĕĐĘ Ğ"Č ęĕĥĤĐĘ ęĕĥģčĚ đĜČ ė"Ğ‬‬
‫‪.ęĕčĤď ĐĤđĦ ďđĚĘĦč ģĘē đĘ‬‬
‫‪∫ψ‡ ÌÈ˘¯‰Ï ÌÈÏÂÎÈ‬‬
‫‪.Č"čč đĥČĤč đĜĕėĘĚđ đĜģďĢ ēĕĥĚ ĦČĕčĘ čđĤģč ĐėĒĜ ęĕčĤď ĐĤđĦ ďđĚĕĘ ĦđėĒčđ‬‬
‫‪ęĕČčĎĐ‬‬
‫דער הויכפונקט איז געווען די דברות קודש מלהבות פון כ"ק‬
‫מרן רבינו שליט"א‪ ,‬צום ערשט בשבח המוסדות ובשבח פון די‬
‫מחזיקי תורה וואס ערמעגליכן דעם עקזיסטענץ‪ ,‬און דערנאך איז‬
‫רבינו שליט"א אריבער צום מצב אין ארה"ק‪ ,‬ארויסברענגענדיג‬
‫דעם וויי‪-‬געשריי פון די ערליכע אידן הנאנחים והנאנקים פון די‬
‫סבלות הציונים‪ ,‬און באהויפטעט זייער קלאר‪ ,‬אז דאס קען נאר‬
‫צושטאנד קומען‪ ,‬ליידער‪ ,‬דורך די וואס זענען 'מבכם ובכם'‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט אויפגעפאדערט יעדן צו באשטייערן פאר די מערכה‬
‫און מחזק זיין די שרידים אשר ה' קורא‪ ,‬אית מאן דפרע בגופא‬
‫ואית מאן דפרע בממונא‪ ,‬און צום סוף אויסגעפירט מיט ווארימע‬
‫ברכות קודש לכל העם הנאספים‪.‬‬
‫■■■‬
‫בארא פארק‬
‫מסלתה ומשמנה פון תלמידי וחסידי‬
‫סאטמאר באטייליגט ביים היסטארישן‬
‫מעמד 'התחדשות המוסדות'‬
‫קהל עדתינו אין בארא פארק יצ"ו האט מיטגעלעבט א זעלטן‬
‫הערליכן געשעעניש פארגאנגענעם מוצש"ק פ' משפטים ביים‬
‫מעמד הגדול 'התחדשות המוסדות' אינאיינעם מיט'ן יערליכן דינער‬
‫טייל פונעם שיינעם אויבנאן ביים מעמד התחדשות המוסדות‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪2‬‬
‫וואוילטעטיגער מפעל "שבת אחים" שע"י‬
‫קהל יטב לב דסאטמאר שוין פול אקטיוו‬
‫צום אנקומענדן יו"ט פסח הבעל"ט‬
‫דער "מפעל שבת אחים" איז ברייט באקאנט צווישן חברי‬
‫קהלתינו אין בארא פארק מיט זייערע געבענטשטע אקטיוויטעטן‬
‫ארויסצוהעלפן' דעם ציבור אין פארשידענע הינזיכטן‪ ,‬איבער‬
‫אלעם זענען זיי בארימט מיט דעם ספעציעלן "פסח פראגראם"‬
‫ארויסצוהעלפן קינדער געבענטשטע משפחות זאלן זיך קענען‬
‫ספראווען מיט די אומגעהויערע הוצאות פונעם קאסטבארן‬
‫יום טוב‪ ,‬דורכ'ן פארקויפן גרעסערע קוואנטומען פון די‬
‫פונדאמענטאלע פסח פראדוקטן ווי "מצות מהודרים" פון בית‬
‫האופה דקהלתינו הק'‪' ,‬גרעיפ דזשוס'‪ ,‬ציצית און נאך תשמישי‬
‫קדושה‪ ,‬פאר שפאט ביליגע פרייזן‪ .‬און דאס איז אויסער די‬
‫ברייטבאקאנטע קופת "מעיני הישועה" וועלכע פארטיילט שווערע‬
‫טויזנטער דאלארן פאר משפחות לכבוד יום טוב און ווערט‬
‫געפירט ע"י הגה"צ דומ"ץ‬
‫דקהלתינו שליט"א‪.‬‬
‫‪·¯ÀE²°»°·¸»³Æ¸lÁÈ‬‬
‫½¯‪Ç‬‬
‫עטליכע‬
‫שטייענדיג‬
‫וואכן בעפאר'ן יום טוב‬
‫פסח הבעל"ט‪ ,‬האט‬
‫‪Æû°ÁÈɼ¸»Æȼ¸·ÃȽkÇÃÆÈÇÁ²À°‬‬
‫זיך די הנהלה פון "שבת‬
‫צוזאמגענומען‬
‫אחים"‬
‫פארגאנגענע וואך אין די‬
‫½¸·‪¼Á¿Á±¿¯±Ç¯Ã¼Á²µ¯Ç´°¸Å¾k°´È¶¾Ç¯Ã¾¸¸µÁ¸²´½Ç¸½¾»¸´´¼Á²‬‬
‫אפיסעס פון קהל יטב‬
‫‪°´·¼´¸¼´Å±¿´·¸¸Ç±Ç¯ÃÁ°¾¸¯³Ã¸À¯¾¯¾Á½´ÆÁ±Ç¯Ãµ¸¯·»ÁÁ³±¯·À¿¸²‬‬
‫‪¾¸¸µÁ¸²´½Ç¸½¾»¸´´¾º»ÁÇȯ°´·ÇÉ´¸³²Å»ÁÀÁ»¯¾¸¸µ´ÅDzÀ½¸²º¶ÀÃ‬‬
‫לב כדי צו דעבאטירן‬
‫¯‪Á¿Á±¿¯±Ç¯Ã¸²¸´´ÇÁ¸Çþ¸¸µ¾»Á´´ÀÁ¸Å¯Æ¸»Ã¯¸²¾°Á±´Å¿¸¸Ç¯¼¸¿½µ¸²µ‬‬
‫און פלאנירן דער 'פסח‬
‫¸¯‪¼¸¿½µÁº¸»·Æ¿´Ã¸²ÇÁ°¸¯É´Á²´½Á±¸²ÇÁ·¸¸´´¹¯¿·±»¯ÃÁ·¸°¾Ç‬‬
‫‪¾Ç¯·¿Á½¯Æ¾´¯É´ÇÁ³·¯³ÀÁÇÁ´´¸¸À¾´Ã¾·Á°Ç¸½¾»¸´´±¸·¸¸Åº¸¸»±‬‬
‫פראגראם' פון היי יאר‬
‫»‪ÇÁ½´¿¾Ã¸´¯k¼¸¶¯É°Èk¾´ÃÀ¸Ã¯¾¸¯¾Ã´Ç¿¸¸Ç¯Á·¸°»¯µÇ´°¸Å³É»Á´É‬‬
‫]*‬
‫לשנת תשע"ב‪ .‬ביי דער‬
‫אסיפה איז באשלאסן‬
‫‪°Ç²´°º°‬‬
‫‪¼¸¶¯É°ÈÉ»³¿³‬‬
‫עטליכע‬
‫געווארן‬
‫ענדערונגען‬
‫פאזיטיווע‬
‫אי"ה‬
‫מ'וועט‬
‫וואס‬
‫דורכפירן היי יאר אז דער פראגראם זאל זיך אויסארבעטן על צד‬
‫היותר טוב צו יעדן איינעם'ס צופרידנהייט‪ .‬איינער פון די זאכן וואס‬
‫איז באשלאסן געווארן איז אז דער ציבור זאל אנהייבן אריינגעבן‬
‫די נויטיגע אפליקאציעס מיט עטליכע וואכן פריער כדי מען זאל‬
‫זיך ריכטיג קענען צורישן און דורכפירן דעם אויספארקויף לשביעת‬
‫כל הציבור‪.‬‬
‫‪/FFICE.EW5TRECHT!VENUEs"ROOKLYN.EW9ORKs4ELs&AX‬‬
‫½´‪³°´È¶³Á²‬‬
‫פארגאנגענעם שבת פרשת משפטים איז שוין ארויסגעשטעלט‬
‫געווארן א מודעה מטעם "שבת אחים" איבער די פלאנירטע טויש‬
‫אין די זמנים‪ ,‬דער ציבור האט גאר ווארעם באגריסט דעם שריט‬
‫און אויסגעדרוקט זייער דאנקבארקייט פאר די הנהלה פאר'ן‬
‫צושטעלן די נאבעלע חסד אונטערנעמונגען וואס האבן שוין במשך‬
‫די פארגאנגענע יארן געשפארט צענדליגע טויזנטער דאלארן‬
‫פאר היימישע משפחות‪ ,‬און א דאנק 'שבת אחים' האבן פילע‬
‫משפחות געקענט פראווען דעם יום טוב פסח מיט א ריכטיגער‬
‫הרחבת הדעת ושמחת החג‪.‬‬
‫קמחא דפסחא!‬
‫■■■‬
‫קרית יואל‬
‫שירו לו שיעור חדש‪:‬‬
‫פארמיטאג שיעור פון הרה"ג ר' יואל‬
‫רייז שליט"א פארענדיגט מסכת ביצה;‬
‫אנגעהויבן מסכת פסחים‬
‫אנהויב פונעם היי‪-‬יאריגן ווינטער‬
‫האט די הנהלת התאחדות אברכים‬
‫ספעציעלן שיעור גפ"ת‬
‫מסדר געווען א ּ‬
‫פאר בעלי בתים ואברכים וואס זענען‬
‫פריי פון דער ארבעט אין די פארמיטאג‬
‫שטונדן‪ ,‬פארגעלערנט פונעם חשוב'ן‬
‫מגי"ש‪ ,‬הרה"ג ר' יואל רייז שליט"א‬
‫ר"מ בישיבה קטנה‪ ,‬וועלכער לערנט‬
‫פאר לעבהאפט און געשמאק‪ ,‬אזש א‬
‫גייסטיגער געשמאק צעגייט זיך אין אלע‬
‫שעפן‬
‫ּ‬
‫גלידער און די משתתפי השיעור‬
‫זיך אן מיט גייסטרייכער פארגעניגן און‬
‫סיפוק הנפש‪.‬‬
‫בעזהשי״ת‬
‫יום א' פרשת תרומה‬
‫מתחילין‬
‫מסכת‬
‫פסחים‬
‫אצל השיעור שנלמד ע"י‬
‫הר"ר יואל רייז שליט"א‬
‫בשעה ‪ 10:15‬עד ‪ 11:15‬לפנצ"ה‬
‫ביום א' משעה ‪ 11:15‬עד ‪12:15‬‬
‫בעזרת נשים‬
‫ובעת כזאת "הזדמנות מיוחדת" לאלו שפנוים ממלאכה‬
‫בשעות לפנצ"ה לקבוע בשיעורי תורה דרבים!‬
‫הנהלת התאחדות אברכים‬
‫אין די געציילטע חדשים פונעם אנהויב יאר האבן די משתתפי‬
‫השיעור באוויזן דורכצולערנען גאנץ מסכת ביצה‪ .‬צום יום הסיום‬
‫איז געפראוועט געווארן דער יומא טבא לרבנן דעם פארגאנגענעם‬
‫מוצש"ק אינאיינעם מיט א רייכע סעודת מלוה מלכה‪ ,‬אין שטוב‬
‫פון הרה"ח משמח אלוקים ואנשים ר' אליעזר יקיר ברוין הי"ו פון‬
‫די מקשיבי השיעור‪ ,‬וואו עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד‬
‫בעהוץ שליט"א מיט ווארימע דברי חיזוק בלימוד התורה‪ ,‬און מיט'ן‬
‫הדרן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל רייז שליט"א דער מגי"ש‪.‬‬
‫יעדער איז ארויס מיט א שטארקע חיזוק אויף ווייטער פארצוזעצן‬
‫בלימוד התורה‪ ,‬כי הם חיינו ואורך ימינו!‬
‫■■■‬
‫הערליכע מלוה מלכה פאר די ילדי תשב"ר‬
‫וועלכע באטייליגן זיך ביי חברת תהלים‬
‫פארגאנגענעם מוצש"ק פ' משפטים איז פארגעקומען א‬
‫הערליכער מעמד פאר די הונדערטער ילדי תשב"ר כ"י וועלכע‬
‫זענען זיך משתתף ביי די וועכנטליכע חברת תהלים אין ביהמ"ד‬
‫הגדול וביהמ"ד תהלות יואל דקהלתינו הק'‪ .‬דער מעמד איז‬
‫פארגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה בת"ת בנין גאלדבערגער עס‬
‫האבן זיך דארט פארזאמעלט הונדערטער קינדער כ"י‪.‬‬
‫געעפנט דעם מעמד האט הר"ר יודא בעריש לויפער הי"ו‪ ,‬דער‬
‫געטרייער אנפירער פון חברת תהלים‪ ,‬וועלכער גיט זיך אוועק‬
‫מדי שבוע בשבוע בלב ובנפש‪ ,‬ער האט ארויסגעברענגט דאס‬
‫חשיבות פון די טייערע קינדער וואס שטייען אויף פרי יעדן שב"ק‬
‫צו זאגן די הייליגע פסוקי דרחמי פון דוד מלך ישראל‪ .‬עס איז‬
‫געווען צוגעגרייט א רייכע סעודת מלוה מלכה צוגעשטעלט דורך‬
‫מוה"ר יואל גאנץ הי"ו‪ ,‬קעכער פון די מוסדות הק'‪ ,‬אויך האט‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪3‬‬
‫גאר שטארק ארויסגעהאלפן ר' בן ציון יואל זילבערשטיין הי"ו‪,‬‬
‫מענעדזשער פונעם בנין ת"ת‪.‬‬
‫במשך דעם מעמד איז געזונגען געווארן דורך די קינדער‬
‫הערליכע ניגונים באגלייט בתופים ומחולות צוגעשטעלט דורך די‬
‫חשוב'ע משפחת קארפען שיחי'‪ .‬עס האט אויפגעטרעטן הר"ר‬
‫חיים יצחק האכהייזער שליטא מיט א הערליכע באלערנדע‬
‫מעשה פון דעם כח התפלה פון תינוקות של בית רבן וואס האט‬
‫איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם‪ ,‬און דערנאך איז פארטיילט‬
‫געווארן ממתקים און א הערליכע געשאנק פאר אלע קינדער‪,‬‬
‫נתנדב געווארן דורך הרבני ר' אברהם יושע מענדלאוויטש הי"ו‪ .‬די‬
‫קינדער זענען אוועק מלא חיות וחיזוק פארצוזעצן ווייטער זיך צו‬
‫באטייליגן ביי די חברת תהלים און פועל'ן אלעס גוטס בכוחן של‬
‫תשב"ר‪.‬‬
‫נריעה לצור ישענו!‬
‫■■■‬
‫מאנטריאל‬
‫לפאר ולרומם‪:‬‬
‫סעריע איבערפרישונגען אנגעהויבן‬
‫אין ביהמ"ד הגדול; פאזיטיוו באגריסט‬
‫פון ברייטן ציבור חברי הקהלה‬
‫אין א לעצטערן באשלוס‬
‫האט די הנהלת הקהלה‬
‫באשלאסן אנצוהייבן מיט א‬
‫ריי וויכטיגע איבערפרישונגען‬
‫מינדערוויכטיגע‬
‫און‬
‫ביהמ"ד‬
‫אין‬
‫רענאוואציעס‬
‫הגדול‪ ,‬לפאר ולרומם את בית‬
‫ה'‪ .‬פארגאנגענעם מאנטאג פ'‬
‫משפטים האט מען אנגעהויבן‬
‫איבערקאלעכן און איבערפארבן אלע קארידארן‪ ,‬וואס האט שוין‬
‫אריינגעבלאזן א באנייטע פרישקייט אין דער אטמאספערע‪ .‬ווי‬
‫אויך איז אביסל פארגרעסערט געווארן די לאבי ביי די הויפט‬
‫אריינגאנג וואס גיט פיל א שענערן און פרישער אויסקוק פאר'ן‬
‫גאנצן בנין באלד ביים אריינקומען‪ ,‬אז ס'זאל זיין כראוי וכיאות‬
‫לכבודה של האי מקום תורה ותפלה‪.‬‬
‫ווי די עסקנים אינפארמירן צום 'בתוככי' איז דאס בלויז דער‬
‫אנהייב פון א רייע פעולות לטובה ולברכה וואס ווערט אי"ה‬
‫געפלאנט אהערצושטעלן דער בית מקדש מעט און איבערפרישן‬
‫דעם בנין הבית מדרש כלול בתפארתה‪ ,‬און דאס אלעס ווערט‬
‫געטוען דורך געטרייע עסקנים עוסקים בצרכי ציבור באמונה‪,‬‬
‫די חברי ועד הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די עסקני הקהלה‪,‬‬
‫וועלכע געבן זיך אוועק בלב ובנפש על כל צעד ושעל וויאזוי צו‬
‫פארשענערן און פארבעסערן און דערהייבן דעם קרן התורה‬
‫והיראה בקרב הקהלה‪.‬‬
‫חפץ ה' בידם יצליח‪.‬‬
‫■■■‬
‫גייסטרייכע דרשת חיזוק והתעוררות‬
‫פון הרה"ג רבי יצחק משה ערלאנגער‬
‫שליט"א‪ ,‬לסיום ימי השובבי"ם‬
‫דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' משפטים איז פארגעקומען‬
‫אין ביהמ"ד הגדול א הערליכע דרשת חיזוק והתעוררות ל סיום‬
‫ימי השובבי"ם דורך הרה"ג רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א‪,‬‬
‫וועלכער וויילט אצינד אין מאנטריאל‪ .‬ביי די געהויבענע דרשה‬
‫וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען רובם ככולם פון אנ"ש חברי‬
‫הקהלה‪ ,‬האט הרה"ג ר' יצחק משה שליט"א ארויסגעברענגט די‬
‫געוואלדיגע פארבארגענע כוחות וואס יעדער מענטש פארמאגט‪,‬‬
‫מ'דארף עס נאר אפירטרעפן‪ ,‬ידלם איש תבונה‪ .‬ער האט שטארק‬
‫ארומגערעדט פון ישראל ואורייתא וקוב"ה חד הוא‪ ,‬און מען טאר‬
‫נישט דורכלאזן די ימי השובבי"ם‪ ,‬נאר מען מוז זיך מיטנעמען‬
‫קבלות טובות אויך אויף ווייטער‪ .‬בקול רעש גדול ובקול בוכים‬
‫האט דער משפיע הגדול מתריע געווען איבער דעם חורבן האיום‬
‫וואס די היינטיגע כלי משחיתים זייען אן אינעם יוגענט‪ ,‬און‬
‫אויפגעפאדערט יעדן אז מען זאל זיך היטן‪ ,‬שמרו מכל משמר‪,‬‬
‫ווייל אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה‪ ,‬און מען דארף‬
‫זיין בבחינת גודר גדר ועומד בפרץ און נאר אזוי וועט מען בעזה"י‬
‫קענען מחנך זיין די דורות לתורה וליראה‪.‬‬
‫כי אם לשמוע את דבר ה'!‬
‫לאנדאן‬
‫ריזיגער ציבור חברי הקהלה באטייליגט‬
‫ביים 'מאסן פראטעסט' קעגן די ממשלת‬
‫הכופרים‪ ,‬פארנט פון זייער קאנסולאט‬
‫על פי פקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ובית דינו‬
‫הצדק‪ ,‬וקריאת הקודש פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א‬
‫א מאסן ציבור חברי קהלתינו ואנ"ש שלומי אמוני ישראל‬
‫תושבי העיר הבירה לאנדאן יצ"ו‪ ,‬זענען ארויס דעם פארגאנגענעם‬
‫מאנטאג פ' משפטים צו א שטורמישער פראטעסט פארנט פון‬
‫דער ציוניסטישער קאנסולאט‪ ,‬אויסצושרייען דעם וויי‪-‬געשריי‬
‫קעגן די רדיפות הדת פון דער ציוניסטישער ממשלה‪ ,‬וואס האט‬
‫געגרייכט נייע קלימאקסן די לעצטערע וואכן‪ .‬דער יו"ר איז געווען‬
‫הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א‪ ,‬און עס האבן אויפגעטרעטן‬
‫הרה"ג ר' משה יצחק לונצער שליט"א‪ ,‬מו"ץ בקהלתינו‪ ,‬וועלכער‬
‫האט ארויסגעברענגט דאס ווייטאג פון כלל ישראל; הגאון רבי דוד‬
‫יהודא הירשפעלד שליט"א‪ ,‬דומ"ץ ק"ק מונקאטש מאנסי; הרה"ג‬
‫רבי יעקב מארמארשטיין שליט"א אב"ד אהל משה האט גערעדט‬
‫אין די ענגלישע שפראך; העסקן הדגול ר' אשר גראד הי"ו האט‬
‫פארגעלייענט אויף ענגליש דעם אפיציעלן פרעס רעליעס; העסקן‬
‫מו"ה משה אלימלך שטערן הי"ו האט באדאנקט די פאליציי; און‬
‫החסיד הישיש מו"ה אברהם שווארץ הי"ו האט פארגעזאגט פסוקי‬
‫תהלים‪.‬‬
‫דער עצרת מחאה האט אפגעקלינגען מיט א מעכטיגן קידוש‬
‫שם שמים אומעטום‪ ,‬און אויסערגעווענליך מחזק געווען די שרידים‬
‫אשר ה' קורא בעיר ה' שמה‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪4‬‬
‫מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת תרומה‬
‫זונטאג משפטים‬
‫אין די נאכמיטאג שטונדן זענען אריבערגעקומען די חברי הנהלת‬
‫מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג‪ ,‬צו באהאנדלען פארשידענע‬
‫אויפקומענדע אנטוויקלונגען אינערהאלב די מוסדות הק' און מטכס‬
‫עצה זיין אויף וויכטיגע אנגעלעגנהייטן וואס זענען עומדים על הפרק‪.‬‬
‫עקסטער האבן די חברי ועד הנהלה רעפערירט צום רבי'ן שליט"א‬
‫איבער די פארשריט ביים בנין האדיר החדש פאר'ן בית רחל וואס ווערט‬
‫אויפגעבויעט לשם ולתפארת‪.‬‬
‫■‬
‫שפעטער איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ביקור גומלין צו מחותנו‬
‫כ"ק הגה"צ רבי יושע ראזענבערגער שליט"א‪ ,‬אבד"ק קרית רמ"א‬
‫וחבר הביד"צ העדה החרדית‪ ,‬בבית הרבני הנכבד המפו' מוה"ר אברהם‬
‫יושע גראס הי"ו‪ .‬דער חשוב'ער רב שליט"א האט אויפגענומען רבינו‬
‫שליט"א מיט גרויס כבוד באותות אהבה והערצה און מ'האט אינאיינעם‬
‫פארברענגט א לענגערע צייט בדברי תורה וסיפורי צדיקים‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום זאל פון ראוז‬
‫קעסטל צו באשיינען ביי דער שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני‬
‫הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו‪ ,‬לכבוד זיין חשוב'ן פאטער‬
‫הרבני הנגיד המפורסם‪ ,‬הטפסר הגדול‪ ,‬נדיב ושוע‪ ,‬ישרא"ל עושה חיל‪,‬‬
‫הרבני החסיד המפורסם בצדקת פזרונו הר"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו‪,‬‬
‫דער בארימטער בונה ומקים עולמות של תורה ויראה בעיר קרית יואל‬
‫יצ"ו‪ ,‬וועלכער האט אט פארענדיגט דעם הערליכן פרעכטיגן תלמוד‬
‫תורה געביידע "בנין גאלדבערגער" און האלט אינמיטן אויפבויען דעם‬
‫נייעם פרעכטיגן בנין פאר'ן בית רחל‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען אין א געהויבענער שטימונג‬
‫און נאכ'ן זאגן די שבע ברכות האט דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן און די‬
‫מחותנים ובפרט מיט'ן חשוב'ן זיידן הרה"ח ר' ישראל הי"ו‪ ,‬וועלכער איז‬
‫עומד לימין רבינו שליט"א מיט א מסירות נאמנה מיט'ן אויפבויען די‬
‫בנינים אדירים למען המוסדות בעיר קרית יואל‪.‬‬
‫■‬
‫מאנטאג משפטים‬
‫רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביי א משפחה‪-‬שמחה‪ ,‬שמחת‬
‫פדיון הבן ביי האברך מו"ה יעקב יודא ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן‬
‫הי"ו אן אייניקל פון הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א מנהל רוחני‬
‫במוסדותינו הק'‪ ,‬און אן איידעם ביי גיסו הרב יעקב דוב שפיץ שליט"א‬
‫ר"מ בישיבת ליזענסק מאנסי‪ ,‬וואס איז פארגעקומען באולם קראסנא‬
‫אין וויליאמסבורג‪.‬‬
‫■‬
‫נאכמיטאג זענען אריבערגעקומען אל ביתו נאוה פון רבינו שליט"א‬
‫א גאר חשוב'ע דעלעגאציע פון גדולי רבני ומנהיגי העיר מאנסי איבער א‬
‫וויכטיגע שטאטישע אנגעלעגנהייט העומד על הפרק‪ ,‬וועלכע זיך זענען‬
‫געקומען זיך דורכרעדן און הערן חות דעתו הרמה פון רבינו שליט"א‪.‬‬
‫ביי דער אסיפה נחוצה האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע די‬
‫פאלגענדע רבנים הגאונים מנהיגי הקהלות‪ :‬הגאון רבי משה גרין שליט"א‬
‫ראש ישיבה דמאנסי‪ ,‬הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אב"ד‬
‫נייטרא מאנסי‪ ,‬הרה"ג רבי מיכאל דוב ווייסמאנדל שליט"א‪ ,‬ראש ישיבת‬
‫נייטרא טשעסטער‪ ,‬הרה"ג רבי ישראל שמחה שארר שליט"א ראש‬
‫ישיבת אור שמח‪ ,‬הרה"ג רבי אלימלך בן הגאון ר' חיים פלאהר שליט"א‪,‬‬
‫און עטליכע חשוב'ע עסקני הכלל‪.‬‬
‫■‬
‫נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק‬
‫אדמו"ר מקאסוב שליט"א בבית האכסני' פון הרה"ח המפו' ר' יוסף‬
‫יחיאל גאלדבערגער הי"ו‪ ,‬מגדולי עסקני היהדות החרדית‪.‬‬
‫דער קאסובער רבי שליט"א האט אנטפאנגען רבינו שליט"א מיט‬
‫גרויס כבוד והערצה‪ ,‬און עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס‬
‫בדברי תורה וסיפורי צדיקים‪ .‬דער קאסובער רבי שליט"א האט מכבד‬
‫געווען דעם רבי'ן שליט"א בפירות ויין ונפרדו לשלום‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי‬
‫דער שמחת נישואין פון המחותנים הרה"ח ר' זאב וואלף באש הי"ו‬
‫און הרה"ח הנגיד ר' יוסף שווימער הי"ו‪ ,‬חבר הנהלת המוסדות פון‬
‫בארא פארק‪ ,‬וואס איז פארגעקומען אין זאל פון קאנטינענטאל אין‬
‫וויליאמסבורג‪ .‬לכבודו פונעם חשוב'ן מחותן וואס איז פון די גדולי‬
‫התומכים ועמודי התוך פון די קהלה און מוסדות אין בארא פארק‪,‬‬
‫ולכבוד אביו הדגול הנגיד המפו' הרה"ח מוה"ר מענדל שווימער הי"ו‪,‬‬
‫ראה"ק וחבר הנהלת המוסדות אין קרית יואל‪ ,‬און זיין שווער הרה"ח ר'‬
‫חיים פריעדמאן הי"ו חבר הנהלת המוסדות אין בארא פארק‪ ,‬איז רבינו‬
‫שליט"א צוריקגעקומען שפעטער זיך משתתף זיין ביי דער חתונה און‬
‫טאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים‪.‬‬
‫■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪5‬‬
‫רבינו שליט"א האט אנגערופן קיין פלארידא צו הרה"ח הישיש הנגיד‬
‫מוה"ר מענדל וויינשטאק הי"ו‪ ,‬וועלכער איז געזעסן שבעה נאך דער‬
‫פטירה פון זיין חשוב'ן ברודער‪ .‬רבינו שליט"א האט ארומגערעדט א‬
‫וויילע מיט'ן חשוב'ן נדיב און דערנאך ווארים געוואונטשן שלא ישמע‬
‫עוד שוד ושבר בגבולו‪.‬‬
‫■‬
‫דינסטאג משפטים‬
‫דאנערשטאג משפטים‬
‫אין די פארמיטאג שעות זענען אריבערגעקומען די חברי הנהלה‬
‫פונעם בארימטן בית חינוך לבנות 'בנות ירושלים' בירושלים עיה"ק‬
‫אויף אן אסיפה נחוצה בבית רבינו שליט"א‪ ,‬צו באהאנדלען דעם ביטער‬
‫שווערן לאגע אין וואס זיי געפינען זיך פינאנציעל אין די לעצטערע‬
‫צייטן‪ .‬מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע עצות און שריט וואס‬
‫דארפן אונטערגענומען ווערן‪ ,‬רבינו שליט"א האט שטארק מחזק געווען‬
‫די שומרי משמרת הקודש אנצוגיין ווייטער ביתר שאת וביתר עוז‪ ,‬און‬
‫פארשפראכן צו שטיין צו הילף מיט וואס נאר מעגליך‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט אין ישיבה גדולה און דערנאך‬
‫פארהערט ‪ 2‬כתות אויף די לימודים פון דער פארגאנגענעם וואך כמנהגו‬
‫מידי שבוע בשבוע‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי דער‬
‫שמחת נישואין פון המחותנים הרה"ג ר' אברהם חיים גליק שליט"א‪,‬‬
‫ר"מ בהישיבה גדולה‪ ,‬און הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו‪ ,‬עסקן‬
‫לטובת מוסדות יטב לב‪ ,‬אין די תקנות‪-‬זאל פרדס פיגא‪.‬‬
‫■‬
‫שפעטער נאכמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דער‬
‫קלויזענבורגער רבי שליט"א פון בארא פארק‪ .‬מ'האט ארומגערעדט‬
‫בדברי תורה וסיפורי צדיקים פאר א וויילע‪ ,‬און דערנאך איז עפ"י בקשת‬
‫רבינו שליט"א ארויסגעשיקט געווארן אלע אנוועזנדע ווי דער רבי‬
‫שליט"א האט דורכגערעדט פריוואט בדברים נחוצים הנוגעים לחיזוק‬
‫הדת פאר א שטיק צייט‪ ,‬און דערנאך האט מען זיך געזעגנט לשלום‪.‬‬
‫מיטוואך משפטים‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה‪ ,‬וואו רבינו‬
‫שליט"א איז פארבליבן ביז נאך תפלת מנחה‪ .‬עס זענען פארגעקומען‬
‫עטליכע אסיפות צווישן די ראשי ישיבות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א‪,‬‬
‫שפעטער האט רבינו שליט"א פארהערט עטליכע תלמידים דעם לימוד‬
‫פון נאכמיטאג סדר בפרק השואל אין מס' בבא מציעא‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך זענען אריבערגעקומען די חברי ועד הנהלת בית האופה‬
‫דקהלתינו הק'‪ ,‬וועלכע קומען אריבער יעדע שטיק צייט אל ביתו נאוה‬
‫קודש פון רבינו שליט"א מיטצוטיילן דעם רבי'ן שליט"א מיט אלע‬
‫אויפקומענדיגע אנטוויקלונגען און איינצלהייטן אינעם בית האופה וואס‬
‫שטעלט צו די מצות פאר אלפי חברי קהלתינו הק'‪ ,‬און רבינו שליט"א‬
‫איז כסדר משגיח בעינא פקיחא אויף אלע עניני הבית האופה‪.‬‬
‫נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק זיך‬
‫באטייליגן ביי דער יארצייט סעודה לע"נ גיסו ומחותנו הגה"צ אבד"ק‬
‫מאקעווע זצ"ל‪ ,‬וואס איז פארגעקומען אין מאקעווער ביהמ"ד אין‬
‫בארא פארק‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א האט געלייגט תפלין פאר'ן חתן הבר מצוה נ"י בן‬
‫מוה"ר יחזקאל סאנדער הי"ו פון וויליאמסבורג‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער באזוכן ביי הגה"צ רבי ישעי'‬
‫יעקב פארטוגאל שליט"א ולרפו"ש‪ ,‬אבד"ק מאור הגולה במאנטריאל‪,‬‬
‫וועלכער ערהוילט זיך נאכ'ן אריבערגיין א שווערן מעדיצינישן‬
‫פראצעדור‪ .‬רבינו שליט"א האט שואל געווען בשלומו ובשלום אביו כ"ק‬
‫מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א‪ ,‬און א לענגערע צייט ארומגעשמועסט‬
‫בדברי תורה והתחזקות‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק‬
‫צו דאווענען תפלת שחרית אין ביהמ"ד ביסטריץ‪ ,‬וואו עס איז‬
‫פארגעקומען א שמחת ברית מילה ביי בן הנולד למזל טוב ביי הרב‬
‫יעקב ישראל בן הרה"ג רבי מאיר שפיץ שליט"א אבד"ק ביסטריץ‪ ,‬א‬
‫שוואגער פון רבינו שליט"א‪ ,‬וואו רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט‬
‫סנדקאות‪.‬‬
‫צו דער ענדע האט רבינו שליט"א ווארים אנגעוואונטשן מברכותיו‬
‫הטהורות אויף א רפואה שלימה ומהירה מתוך בריות גופא ונהורא‬
‫מעליא‪ ,‬ונפרדו לשלום‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי א שמחת‬
‫פדיון הבן פון בן הנולד למזל טוב ביי האברך מו"ה יואל יוסף פעקעטע‬
‫הי"ו בן הרה"ח ר' עזריאל פעקעטע הי"ו‪ ,‬וואס איז פארגעקומען בבית‬
‫אביו הרה"ח ר' עזריאל הי"ו‪.‬‬
‫ביינאכט זענען אריבערגעקומען די ראשי הקהלה צו רבינו שליט"א‬
‫אויף א וויכטיגע אסיפת הנהלת הקהלה דן צו זיין איבער עטליכע‬
‫וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק בעניני הקהלה‪ ,‬רבינו שליט"א האט‬
‫אויך געהערט א רעפעראט פונעם יערליכן מעמבערשיפ קאמפיין וואס‬
‫איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס הצלחה ב"ה‪ ,‬און עס איז‬
‫ברייט ארומגערעדט געווארן די פינאנציעלן מצב פון די הוצאות הקהלה‪,‬‬
‫און פארשידענע הצעות איבער הייבן די הכנסות פון קהל‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫עש"ק משפטים‬
‫שבת קודש פ' משפטים‬
‫דער געהויבענער שבת שקלים ושבת מברכים ר"ח אדר איז‬
‫פאריבער גאר דערהויבן בחצרות קדשינו‪ .‬ביי די תפלות ועריכות‬
‫השלחנות האט זיך אנגעזען א גרעסערער ציבור געסט ואנשי שלומינו‪,‬‬
‫וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל כ"ק‬
‫מרן רבינו שליט"א‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪6‬‬
‫ביים עריכת שלחן הטהור בליל שבת קודש האט זיך באטייליגט א‬
‫גרויסער ציבור בעלי בתים אברכים ובחורי חמד‪ .‬עס איז פארגעקומען‬
‫דערביי די שמחת השלום זכר פון בן הנולד למזל טוב ביי האברך מו"ה‬
‫יצחק פריעד הי"ו‪ ,‬בן הרה"ח ר' חיים דוד הי"ו וחתן הרה"ח ר' אבא‬
‫בערקאוויטש הי"ו‪.‬‬
‫שבת אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט תפלת שחרית לפני‬
‫התיבה מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש‪ .‬עס זענען געפראוועט‬
‫געווארן די שמחות עלי' לתורה פון די חשוב'ע חתנים תלמידי ישיבתינו‬
‫הק'‪ :‬החתן אברהם יצחק יודא בן הרה"ח הנגיד ר' אהרן גבריאל הויער‬
‫הי"ו עב"ג הרה"ח הנגיד ר' שמשון מארמארשטיין הי"ו; החתן ליפא בן‬
‫הרה"ח ר' יחזקאל גאלדמאן הי"ו עב"ג הרה"ח ר' משה בר"נ שווארץ‬
‫הי"ו פון קרית יואל; החתן יוסף רזיאל יהודה בן הרה"ח ר' משה יונה‬
‫וויינבערגער הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' אברהם אהרן ראטה הי"ו‪.‬‬
‫די עליות זענען צעטיילט געווארן צווישן די חתנים‪ ,‬מחותנים און‬
‫געסט‪ .‬עקסטער האט עולה געווען הבחור יעקב שטיין ני"ו‪ ,‬וועלכער‬
‫האט געבענטש גומל נאכ'ן געראטעוועט ווערן בנסי ניסים פונעם‬
‫שרעקליכן אינצידענט ממחרת יום הצלה פון רבינו הקוה"ט זי"ע כ"א‬
‫כסליו‪ ,‬ביים ארויסהעלפן מיט'ן צורעכט ברענגען דעם זאל‪ ,‬און בחסדי‬
‫ה' כי לא תמנו איז ער שוין ב"ה פולקאם ערהוילט געווארן בבריאות‬
‫השלימות‪.‬‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפלת מוסף‪ ,‬כנהוג‬
‫בשבת שקלים און לכבוד דער יארצייט פון מרן זקינו הק' בעל קדושת‬
‫יום טוב זי"ע וואס געפאלט די קימענדיגע וואך‪.‬‬
‫■‬
‫מוצש"ק משפטים‬
‫מוצש"ק איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק צו‬
‫מפאר זיין בראש המסובים ביים דינער לטובת המוסדות אין בארא‬
‫פארק )זעט אויספירליכע באריכט ביי די קהל'ישע נייעס(‪.‬‬
‫■‬
‫זונטאג תרומה‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול‪.‬‬
‫בעפאר'ן דאווענען האט רבינו שליט"א געלייגט תפילין פאר די חתני‬
‫בר מצוה‪ ,‬בן הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו און בן הרה"ח ר' בערל‬
‫סטרולאוויטש הי"ו‪ ,‬אייניקל פון הרה"ח ר' חיים משה סטרולאוויטש‬
‫הי"ו פון לעיקוואד‪.‬‬
‫■‬
‫זונטאג פארמיטאג איז דער רבי שליט"א געפארן אויף א בליץ‪-‬‬
‫באזוך קיין מיאמי אין פלארידא לטובת מוסדותינו הק' אין באגלייטונג‬
‫פון אן ענגע דעלעגאציע צווישן זיי די גבאים ומשמשי בקודש הרה"ח‬
‫ר' משה פריעדמאן שליט"א און הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א‪,‬‬
‫און צוויי מיטגלידער פון מוסדותינו הקדושים אין וויליאמסבורג‪ ,‬הרבני‬
‫הנגיד המפואר ר' אשר אלימלך מייזעלס הי"ו און מוה"ר אהרן הערש‬
‫פריינד הי"ו‪.‬‬
‫דער רבי שליט"א איז פון לופט פעלד אריינגעפארן קיין מיאמי אין‬
‫די קאר פון הרה"ג ר' ישראל ווייס שליט"א מגי"ש בביהמ"ד בית ישעי'‬
‫מחשובי אנ"ש אין מיאמי יצ"ו‪.‬‬
‫במשך די שעות וויילענדיג אין מיאמי האט דער רבי שליט"א‬
‫באזוכט ביי פילע נגידים און פילאנטראפן‪ ,‬צווישן אנדערע האט דער רבי‬
‫שליט"א אפגעגעבן ביקורי כבוד ביי האחים הנגידים החשובים מוה"ר‬
‫אהרן און מוה"ר מנחם צבי וויינשטאק הי"ו‪ ,‬הרבני הנגיד המפואר ר'‬
‫שלמה הייזלער הי"ו‪ ,‬הרבני הנגיד המפואר רבי יעקב כהנא הי"ו ראש‬
‫הקהל דקהלתינו הק'‪ ,‬הרבני הנגיד המפואר מוה"ר אליעזר קעסטנבוים‬
‫הי"ו‪ ,‬און הרבני הנגיד המפואר ר' מאיר בראנד הי"ו‪ ,‬און ביי הרבני‬
‫החסיד המפורסם רבי עזריאל גליק שליט"א משב"ק רבינו הקוה"ט‬
‫זי"ע‪ ,‬וואו עס איז אויך געווען אנוועזנד זיין איידעם הרה"ג רבי נפתלי‬
‫בלומענפעלד שליט"א מנהל ישיבה גדולה‪.‬‬
‫ביי יעדן באזונדער האט מען א לענגערע צייט שיין פארברענגט‬
‫בדברי תורה וסיפורי צדיקים אויף גאר אן איינגענעמען אופן‪ .‬באזונדער‬
‫איז דער רבי שליט"א מיט גרויס התרגשות געזעצן א לענגערע צייט‬
‫ביי הרבני הנגיד מוה"ר אליעזר קעסטנבוים הי"ו‪ ,‬ערוועקנדיג מיט‬
‫נאסטאלגיע די ווארעמע גייסטרייכע זכרונות פון די יארן וואס דער‬
‫דירה האט געדינט אלס דער ביתו נאוה קודש פון מר אביו כ"ק מרן‬
‫רבינו הגה"ק זי"ע בעל ברך משה‪.‬‬
‫דער רבי שליט"א איז במשך פונעם טאג ארומגעפירט געווארן אין‬
‫די אויטא פון העסקן מוה"ר דוד יודא שווארץ הי"ו‪ ,‬וועלכער האט זיך‬
‫אפגעגעבן מיט'ן אראנזשירן אלע איינצלהייטן און באדערפענישן וואס‬
‫האט זיך אויסגעפעלט צום הצלחה פונעם באזוך‪.‬‬
‫צו תפילת מנחה ומעריב איז דער רבי שליט"א אין שפיץ פון די‬
‫דעלעגאציע געגאנגען דאווענען אין קערעסטירער בית המדרש‪ ,‬וואו‬
‫עס איז זיך צוזאמענגעקומען א ציבור פון העכער ‪ 150‬חסידים ואנשי‬
‫מעשה‪ ,‬צווישן זיי חשובי זקני קהלתינו הק'‪ ,‬פון די גאנצע געגנט‪,‬‬
‫וועלכע האבן געוואלט אריינכאפן דער געלעגנהייט מיט צו דאווענען‬
‫במחיצת פון רבין שליט"א‪ .‬עס האט זיך געשפירט אין די לופט א יום‬
‫טוב'דיגער אטמאספער‪ ,‬פון כל זמן שהצדיק בעיר היא הודה זיוה‬
‫והדרה‪.‬‬
‫צווישן מנחה מעריב האט באגריסט דעם רבי'ן שליט"א הרה"ג ר'‬
‫ניסן פריעדמאן שליט"א אן ארטיגער ראש הכולל‪ ,‬וועלכער האט בשם‬
‫כל הקהל הקודש ארויסגעברענגט רגשי לבבם אז מ'האט די זכי' צו‬
‫ענטפאנגען דעם מנהיג של רבבות אלפי ישראל מרן רבינו שליט"א‪,‬‬
‫ערקלערנדיג וואס פאר א טיפער רישומא דקדושה און התחזקות אזא‬
‫באזוך לאזט איבער פאר'ן היימישן ציבור וואס וואוינט א גאנץ יאר אין‬
‫מיאמי‪ .‬נאך מעריב האט זיך ווי נאטורליך פארמירט א לאנגע ליניע‬
‫אפצוגעבן שלום פאר'ן רבי'ן שליט"א‪ ,‬ואף היא ענה כנגד המברכים‬
‫באנפין נהירין‪.‬‬
‫ביי ענדע פונעם באזוך איידער רבינו שליט"א האט זיך‬
‫צוריקגעקערט קיין ניו יארק‪ ,‬איז דער רבי שליט"א זיך געגאנגען אפרוען‬
‫אויף א וויילע אין די דירה פון הרבני הנגיד המפואר ר' שלמה מיכל‬
‫ראזנער הי"ו מראשי קהלתינו הק' אין קרית יואל‪ ,‬וועלכער איז געווארן‬
‫אראנזשירט דורך בנו הרה"ח ר' משה דוד הי"ו חבר הנהלת המוסדות‪,‬‬
‫וואו עס איז געווארן צוגעשטעלט א ברייטע סעודת ערב פאר אלע‬
‫געסט דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק ב"ר שמשון גאלדשטיין הי"ו‪.‬‬
‫שפעט ביינאכט האט דער רבי שליט"א מיט די גאנצע דעלעגאציע‬
‫געלאנדעט אין ניו יארק‪.‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪7‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫ברכת מזלא טבא‪ ,‬מעמקי דלבבא‪ ,‬לידידינו היקרים‪ ,‬אנ"ש הנכבדים‪,‬‬
‫מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים‪ ,‬שמם הטוב מפוארים‬
‫לרגל שהשמחה במעונם‬
‫ביהמ“ד הגדול‬
‫• הרב מאיר טייטלבוים הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• הרב אהרן מנחם כ"ץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב גליק הי"ו‬
‫מגבאי בביהמ"ד‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה שאול פערלשטיין הי"ו‬
‫סגן ראש הקהל דקהלתינו‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• מו"ה זלמן לייב פעלדמאן הי"ו‬
‫משמש דקהלתינו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה וואלף רייך הי"ו‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• מו"ה משה גליק הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה מאיר ראטה הי"ו‬
‫לרגל אירוסי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן יעקב רייך הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה וואלף שטארק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב גליק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה נחמן קעפעטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• מו"ה פייביש ראזענבערג הי"ו‬
‫לרגל אירוסי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק בלומענפעלד הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מנשה אליעזר ראזענבערג הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה דוד גרין הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים אלי' בערגער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן גבריאל הויער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שמשון מארמארשטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יחזקאל גאלדמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה יונה וויינבערגער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה לויפער הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה וואלף שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה קלמן פריעד הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק שמואל שניטצער הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יושע יעקב טירנויער הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים ראטה הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה שמעון משה טירנויער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יונתן ווייס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף יוחנן לאנדא הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל אברכים זופניק‬
‫• מו"ה יודל קאהן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם יוסף יו"ט ווייזער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫קיט"ל תהלות יואל‬
‫• מו"ה נתן יוסף גרין הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו הי"ו‬
‫• הרב משה מרדכי בוכינגער הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק אהרן גרין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה נתנאל פערלשטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף ברש"ד לעפקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם אהרן גרובער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שלמה ברייער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן יודא וועזל הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שמשון מארמארשטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יחזקאל גאלדמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים הערש מויזקאפף הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם ראטענבערג הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה מנחם מאניש ניישטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם וואלף בר"ב שטויבער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה הערשל נידערמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה דוד ניישטיין הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫קיט"ל קליימער סט‪.‬‬
‫• מו"ה חיים אלי' צבי מערמעלשטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪8‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫• מו"ה מנשה אליעזר ראזענבערג הי"ו‬
‫קיט"ל אוהל פיגא‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫סאוט ‪ 8‬סט‪.‬‬
‫• מו"ה משה יונה וויינבערגער הי"ו‬
‫• מו"ה חיים גליק הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם אהרן ראטה הי"ו‬
‫• מו"ה עזרא משה קויפמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה נפתלי אייזיקאוויטש הי"ו‬
‫קיט"ל בארא פארק‬
‫לרגל נישואי בנו הי"ו‬
‫• מו"ה חיים אפרים פרענקל הי"ו‬
‫• מו"ה משה יצחק ווייזער הי"ו‬
‫• מו"ה יוסף שלמה גרינפעלד הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן אייזדארפער הי"ו‬
‫לרגל תגלחת בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שלמה אדלער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה אדלער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל בן ציון פערל הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים הערש לעפקאוויטש הי"ו‬
‫• מו"ה נח משה שטיינבערג הי"ו‬
‫• מו"ה חיים פריעדמאן הי"ו‬
‫• מו"ה אברהם שמואל ווייס הי"ו‬
‫קיט"ל בניני יאקאבאוויטש‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה לייב מייזעלס הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל בר"ט בראך הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה שמעון משה טירנויער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫קיט"ל בית יעקב נחמי'‬
‫מורטול עוו‪.‬‬
‫• מו"ה יוסף שווימער הי"ו‬
‫מגבאי בביהמ"ד‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה יצחק ווערצבערגער הי"ו‬
‫•‬
‫• מו"ה נתנאל פערלשטיין הי"ו‬
‫לגרל הולדות בנו למז"ט‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יונתן בנימין קרויס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק אהרן ווייס הי"ו‬
‫לרגל הולדות התאומות למז"ט‬
‫קיט"ל קרית יואל‬
‫• הרב אלטר וואגשאהל שליט"א‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫•‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה חיים בערקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן פערענץ הי"ו‬
‫• מו"ה הערשל יאקאבאוויטש הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה זונדל פייערווערגער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק אפפעל הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫מאנטריאל‬
‫• ר' נתן נטע פויגעל ני"ו‬
‫לרגל לנשואי נכדו למז"ט‬
‫•‬
‫• מו"ה יואל בר"י לויפער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫ר' הערשל פליישמאן שליט"א מנהל בית אסתר‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• ר' אייזיק פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• ר' חיים נחום קאהן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• ר' מרדכי צבי הכהן קאהן ני"ו‬
‫ראה"ק דקהלתינו הק'‬
‫לרגל הולדת נכדתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל ארי' גאלדבערגער הי"ו‬
‫מו"ה שלמה אדלער הי"ו מנהל הפלייש געשעפט‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק סרוגא הי"ו‬
‫• מו"ה מענדל שווימער הי"ו‪ ,‬ראה"ק‬
‫• מו"ה שמואל דוד פישער הי"ו‬
‫• מו"ה יוסף הלוי לעפקאוויטש הי"ו‬
‫• מו"ה אברהם שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה זלמן לייב טייטלבוים הי"ו‬
‫לרגל הכנסת בנו לעול התוהמ"צ למז"ט‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה חנני' יו"ט גאלד הי"ו‬
‫• מו"ה משה מאיר טייטלבוים הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫ליע גארדנס‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• ר' שמחה בונם שווארטץ ני"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫לרגל הולדת בתו למז"ט‬
‫יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שישלם להם משכורתם בכפליים‪ ,‬משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים‪ ,‬שפע ברכה והצלחה‬
‫משמי מעונים‪ ,‬רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים‪ ,‬כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים‪ ,‬חסדי ה' לעולמי עולמים ‪.‬‬
‫המברכים באהבה השמחים בשמחתם‬
‫ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו‬
‫צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ‪-‬פאסט שיקט אן אימעיל צו‪News@CYLS.org :‬‬
‫‪SFI‬‬
‫‪A Fully vertical approach to trade finance‬‬
‫‪Inquiry.sfi@gmail.com‬‬
‫‪Sponsored By:‬‬
‫‪Project: YF MARKETING | 718.514.6717‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪9‬‬